היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קאורט סטראטעגיע פון די וואך.

קאורט סטראטעגיע פון די וואך.

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2536594

רבי_יונה » 15/12/2008 03:11

1) מ'גייט אריינגיין צו ריכטער עיב גערדזשעס.

יעקב בער טייטלבוים האט איבערגעגעבן:

אז נידערמאן / מענצער/יחיאל גאלדבערגער האבן אים צוגעזאגט אז ריכטער עיב גערדזשעס איז זייער נאענט מיט זיי און אלעס איז שוין אויפסגעסעט.

ריכטער גערדזשעס איז דער אדמיניסטראטיווער ריכטער פון סופרים קאורט אין קינגס קאונטי.


2) די אנקלאגע איז פון די פאמיליע פון בנציון שווארץ נישט קעגן קהל יטב לב ר' בערל פרידמאן, נאר קהל יאנקעל כהנא און פערלשטיין און אזוי חלומ'ט ער וועט ער צוריקבאקומען דעם בית החיים.

3) עקסטער דעם קומען קרימינאלע אנקלאגעס קעגן ר' יוסף ווייס, קעגן ר' שמואל דוד מארקאוויטש, ר' בערל פרידמאן, ר' יצחק ראזענבערג.

יעקב בער טייטלבוים מיט מענצער האפען אז אויב אלעס גייט לויטן פלאן, וועלן די וואך ארעסטירט בערך 25 מענטשן קרימינאל, פאר'ן איבערשרייבן דאס בית החיים, און פאר'ן נעמען געלט פון שווארץ און אנדערע פאמיליעס.

4) מ'וועט נישט טראגן די קלאגע קיין אראנדזש קאונטי, ווייל דארט איז מענצער נישט גענוג שטארק. מ'וועט גיין קיין ברוקלין.

5) מ'וועט איינלייגן וועלטן  נישט צו גיין צו ריכטער אמבראסיא!


מער פרטים מארגן אי"ה

ארגינעלער » 15/12/2008 07:27

די זאליס רישן זיך אויף א מורא'דיגע געווינס מארגן אין קארט
לכבוד דעם גרויסן געווינס גייט נישט מארגן זיין קיין פאסט אלץ א כבוד פאר ר' מנשה דיין

שומרשמיטה » 15/12/2008 20:25

עס איז געשמאק צו ליינען ווי די ארונים ווערן נערוועז.
עס וועט זיין געשמאקער ווען די ארונים וועלן קומען מיט העליקאפטער'ס העכערן בית החיים...

נאך אביסל אי"ה, האטס געדולד.

רבי_יונה » 17/12/2008 08:30

יעקב בער האט היינט בארואיגט די קינדער אז ער האט פלענער אויף נאך 20 יאר! מ'גייט אריין אין אלבאני קעגן די פאליס דעפט. נאכדעם וועט מען עפענען א פעדערעל קאורט. דאס איז אלעס ציוויל. הערשט נאכדעם קומען די קרימינאלע קלאגעס קעגן צענדליגער מענטשען. און ביז די אלע פופציג קאורט קעיסעס וועט פערלשטיין רואיג דערקלערן פול ברלעבאס! און דערווייל, דאס מיינט ביז די קרעטשמע - האבן די זאלוינים געדינגען א העליקאפטער! און זיי האבן געווינען!

טאטלע » 17/12/2008 19:22

שומר א גיט מארגען וואס איז עפעס נייעס ?

וויסט אפשר צי די ארונים האבען שוין א העליקאפטער ?
סאיז שוין געשמאק אדער סגייט זיין 

שומרשמיטה » 17/12/2008 20:13

פאר א נער ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבעט.

דער בית החיים האט עטס בא'גנב'ט קרימינאל, און די גניבה וועט אי"ה אפגעגעבן ווערן מיט געוואלד.

מ'האט אייך געווארענט. מ'האט אייך געשיקט בריוו אבער די ארונים לערנען זיך נאר נאך גוטע שמיץ, ליידער. און ס'וועט אייך דאס מאל זייער טייער קאסטן.

מער רעד איך נישט.

majyar718 » 17/12/2008 20:37

מער רעדסטו נישט?
כאכאכא אוי איך ציטער פון דיר...