רבנישע שמחות איז ברוך השם דא אין גרויסן. ווער עס האלט מיט אביסל אויף 'קול מבשר' וועט הערן ממש יעדן איינציגן טאג האבן זיי הוק-אפס פון שמחות ביי די סארט אידן. פארשטייט זיך אז ביי זיי מוז עס געפראוועט ווערן ספעציעל און מען מוז דאס ארויסברענגען מיט די שענסטע קאלירן אז אלע אויף דער וועלט זאלן זיך מיטפרייען מיט די גרויסע פרייד וואס הערשט ווען די הייליגע זיידעס קומען אראפ פון עולם העליון זיך מיטפרייען מיט זייערע קינדער און אייניקלעך.
פארט טוט עס קיינעם נישט שטערן אז עס איז דא שמחות ביי זיי, און זאל טאקע זייער שמחה זיין בשלימות און זאל זיך בויען אידישע און ערליכע דורות לתפארת בית ישראל.
ווען עס קומט אבער די גאר גרויסע און אויסטערליש-הייליגע חתונות פון די געהויבענע בני עלי' וואס פאר זיי איז די געווענליכע רבי'שע טראסק ווייט נישט גענוג און זיי מוזן זיך אויסצירן א חופה כדת וכדין וואס זאלן מאכן די גאנצע וועלט (זייער אינערליכע וועלט...) רעדן דערפון אז עס איז געווען אזאנס וואס מען האט שוין לאנג נישט בייגעוואוינט.
וועם שטערט דאס דען?
קיינעם נישט!
ווילאנג דו מאכסט עס אויפן טראטואר ווי בלויז דורכגייער ווערן מעגליך געשטערט און זיי האבן גענוג גרינגע וועגן דאס אויסצומיידן, אבער ווען מען שפארט אפ גאסן און כל שכן וקל וחומר פארנומענע גאסן איז שוין א געפערליכע און שרייעדיגע עוולה וואס מאכט אן געפערליכע קאפ ווייטאג און רויבט צו פיל טייערע מינוטן און שעות פון אומשולדיגע מענטשן וואס האבן נישט דווקא קיין שייכות צו דער קהילה וואס האט זיך אנגעריקט אז פונקט אינמיטן די רוישיגסטע גאסן מוז מען שטעלן די חופה.
בלייבט מיר איבער צו וואונטשן צוויי זאכן. איינס, אז עס זאל זיך אראפלאזן אזא גאָס בשעת די חופה וואס זאל אביסל אראפנעמען די חרון אף פון די גזילה און אוממענטשליכקייט, און צוויי אז זיי זאלן האבן א זיס און געשמאקן לעבן ווי עס וואונטשט כל הקהל הקודש.