אזויווי חב"ד זוכט אויסצונוצן די שוידערליכע טראגעדיע פאר פאליטישע צוועקן, און זיי גרייטן זיך יעצט צו א ריזיגן כינוס פאר די שלשים פון די קדושים הי"ד וואס זאל אינאיינוועגס דינען דעם צוועק פון לעגיטימיזירן חב"ד און זייערע אפגעפרעגטע פעולות ביי די גאנצע חרדי'שע וועלט, שפיר איך פאר א פליכט ארויסצוברענגען מיין פריוואטע מיינונג דא אויפן פארום - איך פארטרעט נישט קיינעם, און קיינער מוז נישט מיט מיר איינשטימען.
די וועלט'ס פרעסע האט נאכאנאנד געפרעגט די פראגע בשעת'ן אנאליזירן די בלוטיגע טעראר אטאקעס: פארוואס האבן די טעראריסטן אויסגעקליבן דעם בית חב"ד? אין אינדיע זענען פאראן אנדערע אידישע צענטערן וועלכע זענען פיל גרעסער מיט פיל מער באזוכער, זייער מעסעדזש צו די וועלט קעגן מדינת ישראל וואלט פונקט אזוי אנגעקומען, און די פאטאליטעטן וואלטן חלילה וחס געקענט זיין פיל גרעסער, היל"ת?!
דער תירוץ דערויף איז ליידער גאר א פשוט'ער, די לעצטע יארן איז דער חרדי'שער ציבור געווארן גאר מיליטאנטיש געשטימט אין אלעם וואס איז נוגע מדינת ישראל/צוריקגעבן שטחים, און די וועלט איז דאס צוביסלעך געוואויר געווארן. דער גרעסטער טייל פון די שולד דערפאר טראגט חב"ד און דער אף שעל קאמפיין וואס זייער מנהיג האט איינגעפעדעמט - צוערשט אונטערן מאנטל פון "פיקוח נפש" און שפעטער מיטן אפענעם ציל פון האלטן "ארץ ישראל" אין "אידישע הענט".
איך וויל נישט צופיל מאריך זיין, אבער דער שוידערליכער פאל מיט די רוצחים אין בית חב"ד דערמאנט דעם טרויעריג באקאנטן משל וואס רביה"ק זי"ע ברענגט אין ויואל משה, מיטן צינדער וואס האט געוואלט ווערן דער לעשער. ס'איז נישט ממש משל דומה לנמשל, און קיינער איז נישט גענוג נאריש צוצושרייבן דעם בלוטיגן אקט גענצליך פאר די חב"ד פעולות, אבער בלויז א בת היענה וועט פארלייקענען די ראלע וואס דער התגרות באומות אין די לעצטע שטיק צייט מצד אידן אין בארד און פיאות האט געשפילט אין די דאזיגע אטאקע.
מאכט נישט קיין טעות, ס'איז קיין ספק אז טייל פון די חב"ד פעולות זענען אויסערגעווענליך וויכטיג פאר אידישקייט, ספעציעל אין די פארווארפענע מקומות. איך פערזענליך וועל נישט קווענקלען קיין רגע אריינצוגיין אין א בית חב"ד אין כינע אד"ג צו דאווענען מיט מנין, עסן כשר'ס, אא"וו. אזוי אויך האבן די האלצבערג שלוחים הי"ד א ריזיגע קאנטע פון געוואלדיגע אויפטוען למען כבוד שמו יתברך.
אבער מ'קען נישט און מ'טאר נישט לכבוד דעם פארקוקן די ביטערע קאנסעקווענצן ברוחניות ובגשמיות וואס חב"ד'ס שפארבערישע אקטן האבן געברענגט אויפן גאנצן יהדות החרדית.
און אגב איז דער ביטערער אומגליק אויך א רוף צו אונז תלמידי וחסידי סאטמאר, אז מיר דארפן מער ארויסברענגען פאר די וועלט די התנגדות פון ערליכע אידן צום רעיון הציוני, און באזונדער די התגרות באומות וואס קומט פאר היינט צו טאג דורך מדינת ישראל. ווי ביטער איז די איראניע פון די השגחה ווען א פלאם פייערדיגער קנאי, א סאטמארער חסיד, אן איידעם ביי איינעם פון די גרעסטע קנאי'שע רביים פונעם ישוב הישן אין ירושלים עיה"ק, זאל אזוי טראגיש אומקומען על קידוש השם דורך די בלוטיגע רוצחים וועלכע נוצן אלס אויסרייד פאר זייער בלוט פארגיסונג די שעדליכע אקטן פון די גאסט געבער פאר זיינע גאסט געבער?!
נ.ב.
דאס נעמט נישט אריין די דעבאטע איבער די עצם "שליחות" אקטן צי ס'איז אויסגעהאלטן.
תוקן על ידי געגאנגען ב- 12/12/2008 5:09:05