היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נייער איינפיהר אין בני ברק צו טיילען "דער בלאט" שבת נאכן דאו...

נייער איינפיהר אין בני ברק צו טיילען "דער בלאט" שבת נאכן דאו...

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2532586

דעתקל » 8/12/2008 00:58

נייער איינפיהר אין בני ברק צו טיילען "דער בלאט" שבת נאכן דאוונען

יא אויב איר האט נאכנישט גהערט, אין בני ברק איז דא א נייער איינפיהר פון ווען דער רבן של כל בני הגולה איז אוועק געפאהרן

בציווי פון הרב חיים הערש מייזליש,


אז יעדע וואך פרייטיג צונאכט'ס נאכן דאוונען זאל מען טיילען "דער בלאט" אין ביהמ"ד,

און וואו שיין איז צו צוקוקען מיט אזא תמימותדיקייט וואו די קעלבעלך גייען אהיים מיטן בלאט אונטערן ארעם,



אויב זענט איר שבת אין בני ברק פארפסט נישט דעם געלעגנהייט פרייטיג צו נאכטס נאכען דאוונען, וואו די קעלבלעך כאפן זיך צו צום בלאט,


[אז מקען טיילען בילדער פון פרויען אין ביהמ"ד פארוואס זאל מען נישט טיילען די בלאט אין ביהמ"ד]



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 08/12/2008 4:34:11

שפיטצער06 » 8/12/2008 01:02

דעתקל, זאג געהעריג. וואס באדערט דיך דארט אין בני ברק??

רבי_יונה » 8/12/2008 01:38

נישט סתם מ'טיילט עס. דער גרויסער גאון הרב אלי' כ"ץ לערנט עס פאר ברוב עם. מ'טוט דארט גארנישט אן זיין ווילן. אז ער הייסט פאלגט מען. דארט פרעגט מען נישט קיין קשיות אויפן רב, זיי ווייסען אז דאס קען ער, ממילא טוען זיי זיין הייליג רצון אן קשיות.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 08/12/2008 4:34:31

נחמיה15 » 8/12/2008 15:18

די גאב"ד הרב כ"ץ איז שוין נישטא פאר 2 וואכן
וועגן דעם איז א הפקר וועלט פרייטיג צונאכט
ווען די גאב"ד שליט"א איז אין ביהמ"ד דערווארגן זיי זיך נישט צוטיילן גארנישט
(אמאל פלעגן זיי טיילן די קול מחלקותינו אינמיטן דאווענען אין דער גאב"ד האט דאס אפגעשטעלט)

רבי_יונה » 8/12/2008 17:30

אזוי דער רב איז נישט דארטן?

אוי וועט ער מאכן סדר ווען ער קומט צוריק.
ס'איז פקיע שמיה אלס א מרא דאתרא וואס פאר זיינס א ווארט ציטערט מען !

עס ווינדערט מיך נאר אז אפאר ליידיג-גייער פארשפרייטן שמועות אז מ'האט אוועקגענומען דאס פלאץ פון טאלער? אויב דער רב הרב כ"ץ איז דארט, וויאזוי האט מען זיך געוואגט דאס צו טאן?

עס מוז זיין אז ס'איז פוסטע געבעקסן פינקט ווי אלע מעשות פון ניינציגער

טאטלע » 11/12/2008 00:03

פאר אינטערעסאנטקייט האב איך געפרעגט אין בני ברק פשט צי מען האט געטיילט די בלאט שבת   זאגט מען מיר אזוי

איעדע וואך נאכען דאווענען טיילט מען די קול התאחדתנו דעי וואך האט מען ציגעלייגט די ביילאגע פונעם בלאט פין די נסיעה די דרשות פין רבין שליט"א

סקיקט אויס אז דאס דריקט פאר דעתקל  

רבי_יונה » 11/12/2008 00:59

דאס טיילן די שמוציגע ביילאגעס פון דער איד אין ראדני איז יא נארמאל?