היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » פארטייען אין ישראל מיט קאמפיין פאר די וואלן וואס גייט פארקומ...

פארטייען אין ישראל מיט קאמפיין פאר די וואלן וואס גייט פארקומ...

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2530849

לאנדסמאן » 4/12/2008 17:08

פארטייען אין ישראל מיט קאמפיין פאר די וואלן וואס גייט פארקומען ט''ז שבט

ש''ס פארטיי עפענט זייער קאמפיין:


yes we can - גרסת ש"ס (גלריה)
סיסמת הבחירות של ש"ס "כן אנחנו יכולים" הוכחה הערב (רביעי), לפחות בכל מה שקשור להרמת הפקה לפתיחת מערכת בחירות. לדעת.נט מביא לכם גלריית תמונות מבניני האומה.



 
http://www.ladaat.net/article.php?do=viewarticle&articleid=3869

לאנדסמאן » 4/12/2008 17:13

דער נייע ניגון פאר די ש''ס פארטיי, דרוקט אויף די ווערטער ''לחצו והאזינו'' צו הערן:

בפרסום ראשון אנו מביאים לכם כאן את הג'ינגל של ש"ס. לחצו והאזינו

לאנדסמאן » 8/12/2008 01:45

וואלן אין ליכוד פארטיי

Likud set to elect Knesset roster

 

Nearly 100,000 registered Likud members have opportunity to select party's Knesset list ahead of upcoming elections; Netanyahu-Feiglin battle to draw most attention. Voter turnout rate expected to top 50%


Bibi hopeful 
  



How will Feiglin's camp do? Photo: Tehila Bramson




Seen as a moderate – Meridor Photo: Yaron Brener
  




Likud set to elect Knesset list: With the party's prospects to win the next elections looking good, Likud's 99,000 registered members will given the opportunity to elect its Knesset roster Monday.

 

 

Polling stations will open at 10 am at 90 locations nationwide and remain open until 11 pm. The voter turnout rate is estimated be somewhere in the 50-60% range. Likud voters will be casting their ballots through a computerized system, in the hopes of averting the computer fiasco in the Labor primaries last week.

 

 

Three main battles will be at the center of attention during the primaries:

 

 

  1. A battle for Likud's image, pitting Chairman Benjamin Netanyahu against hardliner Moshe Feiglin.
  2. A battle pitting Likud's new "stars" who recently joined the party against incumbent Knesset members.
  3. An ethnic battle over the number of Sephardic candidates to win realistic spots on the roster.

 

Bibi seeks centrist roster

Netanyahu seeks to present a balanced and centrist roster in the hopes of averting attacks on the part of Labor and Kadima. The Likud leader is therefore concerned about a strong showing by Feiglin's camp, and in recent weeks initiated several moves in a bid to undermine candidates associated with his bitter rival. Among other maneuvers, Bibi threatened that candidates who form political alliances with Feiglin's camp will not be serving in a future Likud-led government.

 

 

Likud Primaries
Feiglin endorses 'Land of Israel loyalists'  / Amnon Meranda
Likud hardliner backs several candidates, including Benny Begin, ahead of Monday's primaries
Full Story
Meanwhile, veteran Likud Knesset members are concerned that high-profile new additions, including Benny Begin, Dan Meridor, and Moshe Yaalon will enjoy a strong showing Monday, thereby pushing incumbent MKs into lower spots on the party's Knesset list.

 

 

At this time it also appears that the top 20 spots on the roster will likely be won by Ashkenazi candidates, prompting Likud's "field activists" to promote more Sephardic candidates in the vote. Despite reports of "Sephardic deals" to that effect, it is unclear whether these constitute significant alliances or minor agreements.

 

 

Begin expected to win 

Chairman Netanyahu is also concerned that candidates perceived as moderate, such as Dan meridor and Uzi Dayan, will not do well in the primaries. A failure by some of Likud's new additions to win realistic spots would also undermine Netanyahu's image.

 

 

The shift from primary elections at the Likud Central Committee to a vote among all registered party members is also concerning some candidates. Knesset Member Moshe Kahlon, who in the previous primaries won the top spot on the party's Knesset list, realizes that this time around it will be much more difficult.

 

 

"When the primaries took place among Central Committee members, we had 3,000 voters who were deeply involved in political activity," he said. "They would monitor you and be well familiar with your work. Now, the elections are among 100,000 people, and it's impossible to reach all of them."

 

 

According to Likud polls, Benny Begin is expected to win the top spot in Monday's primaries, with Gideon Sa'ar and Silvan Shalom expected to battle for second place. Recent polls indicate that Shalom enjoys a small lead for the time being. Former IDF Chief of Staff Yaalon is also considered a favorite and is expected to secure a top spot.


http://www.ynetnews.com/articles/0,7340,L-3634910,00.html

ultrayid » 8/12/2008 04:10

זיי האבען אויכט אנגעפאנגען א קאמפעין ביי די חרידישע עולם צו שטימען פאר זיי, נאכדעם וואס א גרויסע עולם איז אויפגערעגט אויף גור.

לאנדסמאן » 8/12/2008 17:58

אסאך גייען מן הסתם טאקע שטיצן ש''ס פארטיי, אדער אפילו ליכוד, אבי נישט גור.

לאנדסמאן » 8/12/2008 20:51

Likud members cast their ballots in the party's primaries

לאנדסמאן » 8/12/2008 21:19

ח"כ שלום הגיע לכותל להתפלל להצלחתו (גלריה)
ח"כ סילבן שלום מהליכוד, הגיע הבוקר (שני) לרחבת הכותל המערבי על מנת להתפלל להצלחתו. שלום שמתמודד היום בפריימריז בליכוד, היה המועמד היחיד שמצא לנכון להגיע לכותל להתפלל.  
לוי אשכנזי י"א בכסלו התשס"ט 10:00

 ח"כ סילבן שלום מהליכוד, הגיע הבוקר (שני) לרחבת הכותל המערבי על מנת להתפלל להצלחתו. שלום שמתמודד היום בפריימריז בליכוד, היה המועמד היחיד שמצא לנכון להגיע לכותל להתפלל. עם הגעתו הוא נפגש עם רב הכותל הרב שמואל רבינוביץ, ויחד קראו השנים פרק תהילים להצלחתו.

שלום, שהיה אמור מהכותל להמשיך למקום הצבעתו בבנייני האומה בירושלים, נאלץ לשנות את סדר יומו בשל תקלת תקשור אזורית שפגעה גם בבחירות של הליכוד בירושלים.

 

 

http://www.ladaat.net/article.php?do=viewarticle&articleid=3894

ultrayid » 9/12/2008 05:51

פייגלין האט געוואנען די 20טע זיץ, גאנץ א שיינע נומבער פאר אים.

לאנדסמאן » 17/12/2008 22:08

פריימערי וואלן אין ''קדימה'' פארטיי
<>

Photo: dudi vaaknin 
Olmert casts vote  Photo: Dudi Vaaknin
 
 

<>
 

 

Kadima officials concerned about low turnout

 

Only 39% of voters cast primaries ballots by 9:30 pm; PM votes, says Israel will respond to Gaza attacks

Ronen Medzini

Latest Update:  12.17.08, 21:43 / Israel News

 

 

 

 

 

Prime Minister Ehud Olmert joined the diminished number of Kadima voters Wednesday as he cast his ballot for the party's roster in Jerusalem's Teddy Stadium.

 

By 9 pm just 39.3% of Kadima's members had voted; Interior Minister Meir Sheetrit expressed concern at the low turnout earlier, urging eligible party members to vote.

 

 

Asked if he was deliberating his vote, Olmert answered, "I have no doubts." He spent a few moments behind the screen and after coming out spoke with ballot box officials about the voter turnout.

 

 

Referring to the numerous Qassam rockets that rained down on the Negev Wednesday he said, "The fire just stresses what we have been saying all along, which is that we cannot consent to a situation where there is a supposed lull, but reality is completely different. Of course this requires our attention, and there will be a response."

 

 

Earlier, Chairwoman Tzipi Livni cast her ballot at a Tel Aviv polling station and said, "We will elect a winning list."

 

Some 600 touch screens were placed in 95 polling stations across the country, which opened at 10 am and are scheduled to close at midnight. If there are no malfunctions, the results will be released shortly after the end of the vote, and the general election campaign will officially get under way. The Knesset elections will be held on February 10.

 


http://www.ynetnews.com/articles/0,7340,L-3640365,00.html



תוקן על ידי לאנדסמאן ב- 17/12/2008 22:07:47



תוקן על ידי לאנדסמאן ב- 17/12/2008 22:08:27



תוקן על ידי לאנדסמאן ב- 17/12/2008 22:09:15

לאנדסמאן » 22/12/2008 22:00

אויב די "ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר", כ'מיין, די תּושבֿים פון מדינת־ישׂראל, וואָלטן גענאָסן פֿון אַזוי פֿיל זאָרג און פֿון אַזוי פֿיל פֿאַרזאָרגער אין משך פֿון דעם גאַנצן יאָר, ווי דאָס קומט פֿאָר איצט, אין די צוויי חדשים ערבֿ די וואַלן צו דער כּנסת — וואָלטן קיין וואַלן נישט געדאַרפֿט דורכגעפֿירט ווערן יעדע אָנדערטהאַלבן, צוויי אָדער דרײַ יאָר, און עס וואָלטן נישט אויפֿגעקומען יעדעס מאָל קיין ספּעציעלע מלוכישע, יורידישע אָדער אַנדעראַרטיקע אויספֿאָרש־קאָמיסיעס — צוליב די פֿעלערן און דורכפֿאַלן פֿון די מאַכט־אָרגאַנען, צי פֿון דער רעגירונג, וואָס איז ערשט נישט לאַנג געוואָרן צוזאַמענגעשטעלט דורך דער כּנסת...

די "ייִדן פון אַ גאַנץ יאָר" זענען געוויינלעך נישט צו פֿיל באַזאָרגט צוליב דער שטאַרקער זאָרג פֿון די כּלערליי פֿאַרזאָרגער. זיי נעמען זיך שוין נישט צו פֿיל איבער פֿון די צוגעזאָגטע באַגיטיקונגען, וואָס שיטן זיך אויף די ישׂראלים אין די טעג פֿון ערבֿ די וואַלן, זיי ווערן נישט פֿאַרשיכּורט און באַצויבערט פֿון די לאָקונגען און צוזאָגענישן מצד די פּאַרטיייִשע עסקנים, פּראָפֿעסיאָנעלע שטימען־צושטעלער, וואַל־מאַכער און פּאָליטיקער. זיי ווערן גיכער צעטומלט פֿון דער רוישיקער פּראָפּאַגאַנדע און אינדאָקטרינאַציע פֿון די דעמאַגאָגישע פּאָליטיקער, וואָס האָבן לרובֿ פֿאַרלוירן די וויזיע און די אידעאָלאָגיע, וואָס אונטערשיידט זיך שוין ווייניק איינע פֿון דער אַנדערער — חוץ די עקסטרעמע פֿונדאַמענטאַליסטן פֿון דער אָדער אַנדער ריכטונג.

און עס ווירקן נאָך אַלץ אויף אַ גרויסן טייל פֿון די וויילער די קמיעות, אָפּשרעקונגען און גיהנום־דראָונגען פֿון אַזעלכע "גײַסטיקע מנהיגים", וואָס זאָגן צו זייערע וויילער אַן אָרט אין גן־עדן און שרעקן מיטן גיהנום. זייער אויפֿפֿירונג דערמאָנט אונדז דעם אַנעקדאָט וועגן דעם שרײַבער יצחק באַשעוויס־זינגער, אַז ווען מ'האָט אים אַמאָל געפֿרעגט, צי ער גלייבט אין די שדים און רוחות, וועגן וועלכע ער שרײַבט אין זײַנע ביכער, האָט ער געענטפֿערט: "איך גלייב נישט אין זיי, נאָר איך האָב פֿאַר זיי מורא...

אין דער קליינער וועלט פֿון די פּראָפֿעסיאָנעל אָדער אידעיִש אַנגאַזשירטע אין דעם וואַל־יאַריד, וואָס צעוואַקסט זיך אין אַלע דימענסיעס אין די טעג פֿון ערבֿ די וואַלן — דער עיקר, אין דער פּרעסע און אין דער עלעקטראָנישער קאָמוניקאַציע — רוישט אָבער און ס'קאָכט און עס רודערט זיך ווי אין אַ בינשטאָק.

ווי געזאָגט, איז אין אַלגעמיין דער "ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר" נישט צו שטאַרק אַרײַנגעטאָן אין דער פּאָליטיק, וויסנדיק, אַז זײַן ראָלע אין באַשטימען זײַן צוקונפֿטיקן גורל און דעם גורל פֿון דער מדינה איז נישט גרעסער ווי אין באַשטימען דעם מאָרגנדיקן וועטער. וועגן דעם זאָגט עדות די שטאַרק אָפּגעשוואַכטע וואַל־פֿרעקווענץ, וואָס איז אין די לעצטע יאָרן — סײַ איז די פּרײַמעריס און סײַ אין די וואַלן צו דער כּנסת ווי אין די קאָמונאַלע וואַלן — געפֿאַלן פֿון יאָר צו יאָר און פֿון מאָל צו מאָל.

איז טאַקע דאָס מאָל געווען אַ גרויסע "איבערראַשונג" די פֿאַרהעלטנישמעסיק "הויכע" וואַל־באַטייליקונג פֿון 57% אין די פּרײַמעריס, וואָס זענען פֿאַרגעקומען אין "עבֿודה" מיט צוויי וואָכן צוריק. די איבערראַשונג איז געווען מחמת דער שטאַרק געפֿאַלענער מערכה פֿון דער דאָזיקער פּאַרטיי, וועמען מען האָט שוין פֿאָרגעזען אַ פֿולשטענדיקן צוזאַמענברוך אין די וואַלן.

אָבער אַפֿילו די נאָך קלענערע וואַל־פֿרעקווענץ פֿון 48% אין די פּרײַמעריס פֿון "ליכּוד" איז שוין באַטראַכט געוואָרן ווי אַ דערפֿאָלג פֿאַר דער פּאַרטיי, וואָס דערוואַרט אַרויסצוקומען דער זיגער, דער מנצח אין די וואַלן צו דער כּנסת אין צוויי חדשים אַרום. אַ הויכע וואַל־באַטייליקונג פֿון איבער 80% איז געווען אין די פּרײַמעריס, וואָס זענען פֿאָרגעקומען הײַנטיקע וואָך אין מר"ץ, וואָס האָט אויסגעוויילט אַ נײַע, אַ פֿאַריונגערטע קאַנדידאַטן־ליסטע — נאָך דעם ווי ד"ר יוסי ביילין און דעפּוטאַט רן כּהן האָבן זיך אַרויסגעצויגן פֿונעם פּאָליטישן לעבן און נאָך דעם ווי אהרון (דזשומע) אורון איז געוואָרן אויסגעוויילט ווי דער פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַרטיי. אויך אין "הבית היהודי" — די פֿאַראייניקטע רעליגיעזע פּאַרטיי, די יורשטע פֿון מפד״ל און פֿון דער רעליגיעז־נאַציאָנאַלער באַוועגונג, האָט אויסגעוויילט אַ נײַע אָנפֿירונג.

אין אָט דעם, בײַם אָנהייב, שלאַבערדיקן וואַל־יאַריד פֿון די איצטיקע פֿאָרוואַלן, האָט אָבער אַרײַנגעבראַכט אַ קאָלירפֿולע אַטראַקציע דער דורכפֿאַל פֿון דער וואַל־שיטה, וואָס האָט אויסגעשטעלט צו שפּאָט און צו חוזק די ביידע פּאַרטייען און האָט אַרײַנגעהויכט אַ ביסל לעבן אין דער גאַנצער וואַל־קאַמפּאַניע. דאָס איז געווען די "אַטראַקציע" פֿון דעם צוזאַמענברוך פֿון דער דיגיטאַלישער וואַל־שיטה אין די פּרײַמעריס אין "עבֿודה", וועלכע האָט זיך געהאַט פֿאַרמאָסטן צו זײַן דער "אַוואַנגאַרד" פֿון דער דאָזיקער שיטה, ווי מיר האָבן שוין געשריבן וועגן דעם אין אונדזער פֿאָריקן אַרטיקל מיט צוויי וואָכן צוריק.

(אַגבֿ, היות ווי דער "דיגיטאַלישער דורכפֿאַל" איז געשען נאָך דעם, ווי מיר האָבן שוין געהאַט איבערגעשיקט אונדזער אַרטיקל מיט דער עלעקטראָנישער פּאָסט צו דער רעדאַקציע פֿון "פֿאָרווערטס", האָט אָבער אונדזער דערגאַנצונג אויפֿן וועג — פֿון דעם טעלעפֿאָן־טרײַבל אין תּל־אָבֿיבֿ צו דער דרוק־מאַשין אין ניו־יאָרק — גורם געווען אַן אייגענעם דורכפֿאַל פֿון דער "אויסגעבעסערטער" אינפֿאָרמאַציע אין דעם אָפּגעדרוקטן אַרטיקל. לויט איר, איז אַרויסגעקומען, אַז די איבערגעחזרטע פֿאָרוואַלן זענען געוואָרן אָפּגעלייגט אויף אַ וואָך, אויף דעם פֿאָריקן מיטוואָך. ווי עס האָט זיך אָבער שפּעטער אַרויסגעוויזן, האָבן זיך די מנהיגים פֿון "עבֿודה" גיך מישבֿ געווען און האָבן צום סוף באַשלאָסן זיי אָפּצולייגן בלויז אויף צוויי טעג, אויף יענעם דאָנערשטיק, און צוריק, לויט דער אַלטער וואַל־שיטה, פֿון שטימען מיט קוויטלעך און פֿון ציילן די שטימען).

און — דער דורכפֿאַל איז געוואָרן אַ דערפֿאָלג, מחמת דער פֿאַרהעלטנישמעסיק "הויכער" באַטייליקונג פֿון 57% פֿון די רעגיסטרירטע וויילערס פֿון "עבֿודה".

ווער דען האָט זיך געקענט פֿרייען מיטן דורכפֿאַל פֿון "עבֿודה" אויף איר אַזוי אויך געשטרויכלטן וועג צו די וואַלן, אין וועלכע עס ווערט איר פֿאָרויסגעזען אַ "זיכערע" מפּלה — אויב נישט, פֿאַרשטייט זיך, דער "ליכּוד", איר עיקרדיקער ריוואַל? ווייסן מיר דאָך, אַז עס איז נישט פֿאַראַן קיין גרעסערע פֿרייד, ווי — שאָדנפֿרייד... "בײַ אונדז" — האָבן די מענטשן פֿון "ליכּוד" געטענהט — וועט אַזאַ זאַך נישט געשען.

עס איז אָבער יאָ געשען, און האָט שווער געטראָפֿן אין דער פֿאַרריסענער זעלבסטזיכערקייט פֿון די מנהיגים פֿון דער פּאַרטיי, וואָס האָט זיך שוין געזען בײַם רודער פֿון דער מאַכט. אַ וואָך נאָך דעם "דערפֿאָלגרײַכן דיגיטאַלישן דורכפֿאַל" פֿון "עבֿודה" האָט זיך מיט אַ גרויסן טראַסק צוזאַמענגעבראָכן דער מעכאַניזם בעת דער קאָמפּיוטער־אָפּשטימונג אין די דיגיטאַלישע פּרײַמעריס פֿונעם "ליכּוד". טויזנטער מענטשן האָבן שעהענלאַנג געוואַרט און זיך געשטופּט אין ענגשאַפֿט בײַ די אורנעס און די וואַל־שעהען זענען געוואָרן פֿאַרלענגערט מיט עטלעכע שעה, ביז שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן, און האָבן זיך פֿאַרענדיקט מיט נאָך אַ גרעסערן בראָך: מיט אַ גרויסן דערפֿאָלג פֿון דעם געשפּענסט, וואָס האָט פֿאַרפֿאָלגט און לאַנגע נעכט צוגערויבט דעם שלאָף בײַם מנהיג פֿון "ליכּוד", ביבי נתניהו.

דאָס געשפּענסט איז: משה פֿייגלין, דער עקסטרעם־שאָוויניסטישער, פֿונדאַמענטאַליסטישער מנהיג פֿון דער אָרגאַניזאַציע "מנהיגות יהודית" — ייִדישע פֿירערשאַפֿט — וואָס האָט זיך באַזעצט ווי אַ פֿראַקציע אין "ליכּוד" און וויל זיך דורך אים אַרײַנקריגן מיט זײַנע אָנהענגער אין דער כּנסת. נתניהו האָט געזען אין אים אַ גרויסע געפֿאַר פֿאַר דעם "ליבעראַלן" אָדער "צענטראַליסטישן" אימאַזש פֿון זײַן פּאַרטיי, וואָס איז עלול אָפּצושטויסן אַ היפּשן טייל פֿון די טראַדיציאָנעלע וויילער פֿונעם "ליכּוד" אין די זיך דערנענטערנדיקע וואַלן צו דער כּנסת. מיטן פֿאַרעפֿנטלעכן די רעזולטאַטן פֿון די פֿאָרוואַלן האָבן נתניהו און זײַנע נאָענטע געטענהט, אַז "פֿייגלין האָט בײַ זיי צוגעגנבֿעט די פּאַרטיי".

משה פֿייגלין איז אַ 46־יאָריקער "סאַברע", געבוירן אין חיפֿה. אין 1992 האָט ער געגרינדעט די אויסער־פּאַרלאַמענטאַרישע באַוועגונג "זו ארצנו" — "דאָס לאַנד איז אונדזערס" — האָט אָנגעפֿירט מיט גאַסן־אומרוען און דעמאָנסטראַציעס קעגן די אָפּמאַכן פֿון אָסלאָ, איז אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר אַרײַנרײַסן זיך אויפֿן הר־הבית. מיט זעקס יאָר צוריק האָט ער זיך אָנגעשלאָסן אין "ליכּוד" און דאָרט זיך פֿאַרמאָסטן אין די פּרײַמעריס קעגן נתניהו צו דער אָנפֿירונג פֿון דער פּאַרטיי. אין זײַן פּאָליטישער פּלאַטפֿאָרם דעקלאַרירט ער זיך ווי אַן אַבסאָלוטער קעגנער פֿון אַ פּשרה מיט די פּאַלעסטינער, איז אַן אָנהענגער פֿון אַ "פֿרײַוויליקן טראַנספֿער" און איז קעגן דערטיילן די אַראַבער גלײַכע בירגערלעכע רעכט. זײַן עלעקטאָראַלער כּוח אין דער פּאַרטיי, בראָש פֿון דער פֿראַקציע "מנהיגות יהודית" איז געוואַקסן פֿון איין פֿאַרמעסט צום אַנדערן, אין זײַן גאַנג צו באַהערשן די פּאַרטיי. אין די איצטיקע פּרײַמעריס האָבן זײַנע אָנהענגער און די רעקאָמענדירטע דורך אים אויף זײַן קאַנדידאַטן־רשימה, אָפּגעהאַלטן אַ טאָטאַלן נצחון, באַזעצנדיק דעם גאַנצן ערשטן פֿינפֿטלינג, אײַנשליסנדיק בני בעגין און די גרויסע מערהייט פֿון דעם ערשטן צענדליק אויסגעוויילטע קאַנדידאַטן. זײַנע רעקאָמענדאַנטן האָבן פֿאַרשטויסן די מערהייט מיניסטער־קאַנדידאַטן, דערונטער דן מערידאָר און די נײַ־ווערבירטע "סעלעבריטיס" אויף די ווײַטסטע און נישט רעאַלע ערטער צווישן די געוויילטע אויף דער קאַנדידאַטן־ליסטע פֿון "ליכּוד".

ער אַליין האָט צום ערשטן מאָל דעראָבערט דאָס רעאַלע 20סטע אַרט אויף דער קאַנדידאַטן־רשימה, בעת איינער פֿון די פּרעסטיזשפֿולסטע פּובליק־טעסטן וואָס זענען דורכגעפֿירט געוואָרן צומאָרגנס נאָך די פּרײַמעריס אין "ליכּוד" האָבן "געשאָנקען" דער דאָזיקער פּאַרטיי 36 מאַנדאַטן, אויב די וואַלן צו דער כּנסת וואָלטן פֿאָרגעקומען אין די איצטיקע טעג.

בנימין נתניהו האָט נישט געקאָנט בלײַבן גלײַכגילטיק צו דעם נצחון פֿון דער פֿונדאַמענטאַליסטישער פֿראַקציע אין דעם רעכטן "ליכּוד", און ער האָט גלײַך זיך געוואָנדן צום פּאַרטיי־געריכט, וועלכער האָט געפֿונען אַ פֿאָרמעלן וועג צו "פֿאַרריכטן" דעם סדר פֿון דער קאַנדידאַטן־ליסטע דורך אַרײַנפֿלעכטן אין איר די "בראָנירטע" קאַנדידאַטן פֿון די באַזונדערע סעקטאָרן — פֿרויען, לאַנדווירטן, ראַיאָנען אד״גל — וואָס האָט פֿייגלינען אַראָפּגעשטופּט אויפֿן 36סטן אָרט אויף דער רשימה פֿון די קאַנדידאַטן — און שלום על ישׂראל.

אויב פֿייגלין האָט נישט אַפּעלירט קעגן דעם פּסק־דין פֿון דעם פּאַרטיייִשן שופֿט, איז דאָס דערפֿאַר, ווײַל ער אָנערקענט נישט דאָס ישׂראלדיקע געריכטוועזן. פֿון זײַנע פּלענער צו באַהערשן די פּאַרטיי און די מדינה — האָט ער נישט בדעה צו רעזיגנירן.

מיט אַזאַ פּנים וועט נתניהו דערשײַנען פֿאַר דער וועלט טאָמער וועט ער טאַקע געווינען דעם באַנײַטן צוטרוי פֿונעם פֿאָלק — אין זכות פֿון דעם פֿאָלקס פֿאַרלוירן געגאַנגענעם זכּרון.

http://yiddish.forward.com/node/1785