היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שמחת בר מצוה נכד כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

שמחת בר מצוה נכד כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2529309

UTA » 2/12/2008 16:32

היינט נאכט -ג' ויצא- קומט פאר די סעודת הבר מצוה פאר הבחור נ"י בן הגה"צ חיים צבי טייטלבוים שליט"א אב"ד סיגוט וומסב"ג שליט"א ונכד כ"ק רבינו שליט"א אין זאל "מנוחה ושמחה" כפי תקנת רבינו, הקהלה, והמוסדות.

די רבי וועט לייגען תפילין פאר נכדו למחרתו בת"ת וויליאמסבורג.

זמן כניסה לרבינו וועט זיין דאנערשטאג (נישט ווי געוועהנליך דינסטאג) ביים יערליכען מסיבה "קופב אבני חסד - קופת רבינו" בבית רבינו 152 Hewes.

שפיטצער06 » 2/12/2008 18:58

שויכעך UTA, מ'מעג שוין הערן פרייליכע נייעס אויך, מ'מעג שוין רעדן פון שמחות.

אגב, אז מ'רעדט שוין.

נעכטן - מאנטאג - נאכט איז פארגעקומען די בר מצוה פון הבחור נ"י, בן הרב אהרן טייטעלבוים שליט"א, ונכד הגה"צ אב"ד סאטמאר 15 עוו. שליט"א, אין זאל פון "מנוחה ושמחה".

אויך ער וועט תפילין לייגן אום מיטוואך אינדערפרי ביי רבינו שליט"א אין די תלמוד תורה אין וויליאמסבורג.