פייער אין ישיבה?
עס איז נאר דר 250 בחורים?
אין ערשטען דארמיטארי וואס איז באהאפטען צום לאנטש רום -ווי די פייער איז געוועהן - שלאפען בערך 250 בחורים.
תוקן על ידי UTA ב- 01/12/2008 21:16:59
מענין לענין, פארוואס איז נישטא קיין קליפ אויף די זייט פונעם אשכול נאכדעם וואס כ'האב געלייגט בילדער?
מיי פראבלעם?
וואס-איז-נייעס.קאם באלעקט זוך.
Kiryas Joel, NY - Fire at Yeshiva Dining-Room Building
Kiryas Joel, NY - KJ Fire Department are on the scene for a working fire at commercial dinning-room at the Kiryas Joal Satmar Yeshiva at 7 Barditchev Drive and Schunemunk Road.
Command on the scene requesting a 2nd alarm for structure that's fully engulfed requesting multiple departments from Monroe, Blooming Grove and Woodbury to respond to the scene. Building has been evacuated and no one has been injured.
U/D: 12:42pm
Fire is under control at this time. The fire is suspicious and is being investigated as intentionally set.
אוי וויי, ס'קוקט אויס ווי אין די חבד הויז נאך די אטאקע...
רבינו שליט"א האט יעצט געהאלטען א דרשה אין ישיבה בנוגע די פייער, האט געזאגט אז יעדע בחור זאל באצאלען $10 כופר נפש!!!
ביי די וועי, וועט עס נישט קאסטען סאך מער צי פארעכטען?
תוקן על ידי UTA ב- 02/12/2008 0:33:58
רבינו שליט"א האט נעכטן גערעדט זייער א שארפע דרשה, בתוך הדברים האט ער ארויסגעברענגט אז די 10 דאלאר איז כופר נפש, און טאקע נישט צו באצאלן די שאדן, די שאדן איז סאך גרעסער.
ער האט געזאגט, עטס דארף נישט מורא האבן פון מיין הקפדה, עטס דארף מורא האבן פון די הקפדה פון טאטן ז"ל און פון פעטער ז"ל וואס זענען סמוך ונראה צו די ישיבה און זענען משגיח בעינא פקיחא אויף אונז, בקול רגש האט דער רבי געזאגט, איך האב מורא פאר די הקפדה פון טאטן ז"ל און פון פעטער ז"ל, דער פייער איז א בזיון פאר זיי, איך האב מורא די הקפדה זאל חלילה קיינעם נישט שאטן, ער האט דערציילט וואס איז געווען אין צייטן פון דברי יואל ווען בחורים האבן געטון אזעלכע אדער ענליכע זאכן, און ביזן היינטיגן טאג זעט מען ווי די הקפדה האט געשאדט.
און דערפאר האט ער מחייב געווען יעדן צו געבן 10 דאלאר כופר נפש, און געהייסן אז יעדער זאל היינט נאכן דאווענען אויסזאגן א יום תהלים להסיר חרון אף.
