שמחת בית סקווירא מיט בת הגה"צ דומ"ץ חסידי בעלזא אין וויליאמסבורג
אין סקווערער הויף גרייט מען זיך אין גרויסן צום חתונה וואס גייט פארקומען אי"ה די קומענדיגע וואך, ווען דער רבינ'ס זון ר' אהרן מענדל שליט"א וועט פירן זיין זון הרב ישראל אינטערן חופה מיטן טאכטער פון הרהגה"צ ר' אייזיק שנעעבאלג שליט"א דער רב פון בעלז מאכניווקער קהילה אין וויליאמסבורג.
עס איז אבער שטארק צום באדויערן אז די סקווערער האבן זיך געלאזט פארפירן פון די בעלזער פון ירושלים, וואס זיי האבן צוגעזאגט אז אויב די סקווערער גייען נישט ארויסשרייבן אויף די אינווערטעישאן אז די מחותן איז רב אין די בעלזער קהילה, וועט ער שיקן זיין זון ר' אהרן מרדכי צום חתונה. די סקווערער האבן זיי געפאלגט און גארנישט דערמאנט אינעם אינוויטעישאן אז דער מחותן האט בכלל עפעס א רבנות שטעלע ערגעץ-ווי.
אלס קרוב משפחה מיט די שנעעבאלג'ס בין איך באקאנט אז רב שנעעבאלג האט דאס זייער פארדראסן, און האט אנגעמאלדן פאר זיין בני הקהילה אז מ'האט אים בא'עוול'ט דערמיט און מ'האט אים גארנישט מודיע געווען אז זיי גייען אים אזוי מיאוס באהאנדלן. אויך זיין טאטע דער מאנטשעסטער רב שליט"א האט געמאלדן אז ער וויל צוריקצוהען פון זיין פלאן צו קומען צום חתונה בלויז דערפאר וואס מ'האט בא'עוול'ט זיין זון.
אויך דער גרויסע נגיד פון לאנדאן הר"ר אלי' ענגלענדער זייענדיג א בעלז מאכניווקער חסיד און א גרויסע מקורב אין בית סקווער, וואס האט געפלאנט צו קומען צום חתונה זייענדיג נאהנט צו ביידע צדדים מצד בעלזא און מצד סקווער, האט זיך עמפטליך אפגעזאגט יעצט פון קומען צום חתונה, דאס מיינט אויך א שיין שטיקל פארלוסט פאר בית סקווער.