בס"ד
וואס גיי איך שרייבען ? עס איז דא אזוי פיהל צי זאגען , אזוי פיהל זאכען האבען פאסירט, די הארץ איז פיהל , אין די פעדער איז צי ארים עס ארויס ציגעבען אויף א פשוטע סקרין אן געפיהלען ער פארשטייט דאך נישט וואס מען רעדט צי אים ער שטייט מיר דא אקעגען די נאז אין קוקט מיר אן ווי א ליימענע גולם, אבער כ'וועל מיר נישט לאזען פין זיין גלייכגילטיקייט אין כ'וועל פרובירען אביסעל צי שרייבען וואס עס וועט זיך ארויסשלייכען פין מיינע הארץ קעמערלעך דורעכען קיבארד אין פין דארט ווייטער צים סקרין אין פין דארט ווייטער צים... וואטעווער,
כלל ישראל איז אדורעך אסאך אסאך שרעק אין שאק אין די לעצטע פאר טעג,
אסאך טרערען זענען פארגאסען געווארען, אין מען האט געהאפט אויף א גוטע ענדע, אבער ליידער ליידער בעוונותינו הרבים האט זיך עס גענדיגט ווי א שווארצע חלום איבערלאזענדיג אינטער זיך פיר קדושים פין אחינו בני ישראל אין עלעף יתומים אין איין קאלעכיגער יתום אין צוויי אלמנות , די פעדער איז נישט אימשטאנד צי ארויס ברענגען די צער אין פיין וואס דאס ברענגט מיט זיך, לאנג לאנג נאכדעם וואס די וועלט וועט פארגעסען פין די שוידערליכע פאסירונג וועלען זיך די באטראפענע יתומים מיט אלמנות ארום טראגען מיט די קאנסעקווענצען דערפין, ווער קען דען פארטרעטען א טאטע ווער קען דען פארטרעטען א מאמע, מיט וויפעל זייטיגע מענטשען קענען געבען אפילו זיי געבען מיטען גאנצען הארץ אין געפיהל אבער א מאמע קען מען נישט נאכמאכען אין א טאטע אויך נישט דאס איז א ספעציעלע געפיהל וואס נאר ריכטיגע עלטערען קענען געבען פאר א קינד אין איינער וואס האט דאס נישט פעלט אים עפעס וואס קיינער קען נישט ערפילען אין פארדעם זאגט דער באשעפער אז ער איז די אבי היתומים ודיין אלמנות, ווייל נאר דער באשעפער אליינס קען ערפילען דער חלל וואס האט זיך ליידער געשאפען אין די קליינע הערצעלעך, טרערען קומען פין די אויגען טראכטענדיג ווי די פריש געשאפענע יתומים וועלען זאגען קדיש אין שול אין זייער קול וועט שפאלטען הימלען אין די מלאכי רחמים וועלען לאזען טרערען,
לעצטע וואך אין סדרה האבען מיר געלערענט ווי עשו הרשע האט געלאזט טרערען ווען דער זיידע יעקב האט אויפען באפעל פין די מאמע רבקה גענומען די ברכות במרמה אין עשו האט געוויינט אין חז"ל זאגען אז בכח פין די טרערען האט ער באקומען די ברכות וואס ער האט באקומען אין ער געניסט נאך דערפין עד היום הזה איז מה דאך די טרערען פין עשו הרשע האט עים אזוןי פיהל ארויס געהאלפען אין אוודאי אז יודישע טרערען האט א שטארקערען כוח זאל גאט זיך דערבארימען אז די אלע הייסע געזאלצינע טרערען וואס אידישע קינדערלעך האבען פארגאסען אין די טרערען פין די אלמנות אין יתומים זאלען שוין ארוף גיין לפני כסא כבודו אין דער באשעפער זאל זיך שוין אויפהייבען פינעם כסא דין אין זיך ארויף זעצען אויפען כסא רחמים אין זיך דערבארימען אויף זיין געליבט פאלק אז זיי זאלען שוין קענען לעבען במנוחה ביז ער וועט ברענגען משיח אין אז די אלמנות אין יתומים זאל האבען די כוחות אין מוחות צי אדורעך טראגען אזאלכע מצבים אין אלע יודען וואס דארפען ישועות אין רפואות זאלען אויפגעראכטען ווערען מיט אלעס וואס זיי דארפען אין עס זאל זיין עליה השלם כל הקרבנות כלם . אמן

(גענומען פין די אידישע וועלט פארום )