היינט דאנערשטאג ווערט צושפרייט אין די גאסן פון בני ברק א שארפע בריוו פון בית דין צדק הרב לנדא שליט"א דער רב פון בני ברק אנטקעגן די מנהלים פון די זאלן "התמר" און "גני הדקל" אין רח' עזרא 20 אין בני ברק.
ביים בריוו איז די בי"ד מודיע און ווענדט זיך צום ציבור: אז יעדער איינער וואס איז שולדיג געלט פאר די אולמות הנ"ל איז מחויב דאס צו איבערגעבן אין בי"ד כדי זיי זאלן דאס קענען געבן פאר מוסדות סאטמר ב"ב וואס זיי זענען די בעלי האולם וויבאלד די מנהלי האולם האבן נישט באצאלט די שכירות געלט וואס זיי זענען שולדיג פאר די מוסדות.
ביי ענדע פונעם בריוו ווארענען די דיינים שליט"א בזה"ל: "מי שישלם לאולמות לאחר התאריך כ"ה חשון תשס"ט, יהיה חייב לשלם פעם נוספת למוסדות סאטמר".
אויפן בריוו זענען אונטער גע'חתמ'עט: רב העיר הרב לנדא בעצמו, הרב מנחם מענדל הכהן שפרן, והרב אהרן רייך, דייני הביד"צ
באמבע: שארפע בריוו פון ביד"צ הרב לנדא אנטקעגן די מנהלים פון די התמר זאלן אין ב"ב