ווייסט איינער עפעס מער
ווייסט איינער עפעס מער
לויט ווי איך האב געהערט פון איינעם וואס איז געווען אויף דער לוי', איז פארגעקומען גרויסע שלעגערייען אינעם סאמע גאס רעגן. אבער ליידער האבן די זאליס אין דער ענדע מצליח געווען און מען האט געלייגט די פרוי אנדעם וואס מען האט באצאלט פאר קיט"ל
נישט דא קיין געשלעק
פאר א פרייז באקומט מען א חלקה
|
די זאליס האבן שוין א גאנצע וואך און פאריגע וואך אריינגעלייגט כוחות אין די פרשה אז אט דא וועלן זיי ווייזן אז זיי קענען יא באגראבען אין בית החיים קרית יואל.
זיי האבן איינגעשפאנט די גאנהצע הנהגה און זיך ארויף געזעצט אויף ר' בנציון שווארטץ די שווער פונעם נפטרת ע"ה אז ער זאל מאכן די מלחמה דשאב פאר די זאליס, ר' בנציון אליין איז א ברענעדיגער זאלי און פון זייער אנדרייערס, און ער האט מסכים געווען מיטן שפיל, משה גבאי, זאלי, פערלשטיין, אברהמי ברוין, יעקב כהנא, מענדלעוויטש, יעקב בער, מרדכי רובינשטיין, יודא אליזער יאקבאוויטש, אברהם בער יאקבאוויטש, ליפא קרויס, וכו' אלע זענען געווען אפען טעלעפאן מיט אים און עס איז געווען פריילעך, מען גייט ווייזן.
אבער נעכטן מאנטאג איז ליידער די מצב פון די פרוי געווארן ערנסט און געהאלטן ביי גסיסה, און ר' בנציון האט אנגעריפען פערלשטיין, און גפרעגט וואס איז דער פלאן, איצט איז נישט דא קיין מעשות מען דארף וויסן וואס דא וועט זיין, האט ער אים פערלשטיין געזאגט אז ער קען אים די פלאן נישט ארויסגעבען נאר קודם זאל ער אהער געבן די געלט פאר די קרקע און ער זאל זיך אויף אים פארלאזן, ער האט אים געזאגט להד"ם איך צאל דיר קיין פעני זיכער נישט, ווילאנג איך זעה איר נישט באגראבען, אבער שאול האט געזאגט אז ער זאגט צו מיט אלע זיינע רמ"ח אברים ושס"ה גידים אז ער האט א פלאן, און זי וועט באגראבען ווערן, א חלק פונעם פלאן וועט זיין אז ער גייט גיין אין פעדראל קארט, און ער גייט ברענגען בחורים פון קווינס ישיבה באגראבן, ער האט אן אנדערע טרעקטער, אברהמי ברוין און מרדכי רובינשטיין וועלן פארן גראבן גראבן דעם קבר, וכו'.
זעהענדיג וואס פארא פורים שאול מאכט פון אים, האט ער געריפען יעקב כהנא, און ער האט אים געזאגט אז ער איז נישט פון די חברה קדישא און ער קען אים נישט העלפן נאר געלט קען ער נעמען פון אים, אזוי האט ער געריפען יודא אליעזר יאקאבאוויטש וואס האט אים געזאגט אז ער קען נישט רעדן צו אים פאר ער ברענגט נישט דאס געלט אבער שוין אין קעש, ווען ער האט אים געפרעגט וואס דער פלאן איז האט ער געזאגט אז מען גייט מאכן א מיינונג אבער קודם ברענגט דאס געלט, צום סוף האט ער אים געזאגט אז ער וויל קען ער קאלן אברמי ברוין וואס ער ארבעט אויס די פלענער.
אזוי איז ער נעבעך ארום געפירט געווארן מיטן פורים שפיל, ווילאנג ער האט זיך דערזעהן אן א קרקע, האט ער שנעל אריבער געשיקט פאר ר' שלום אליעזר פרענקל גזבר הקהלה 4000 דאלער קרקע געלט, און מיט דעם האט זיך די זאך געשלאסן.
איצט וועט שאול קענען נאך א דרשה זאגן און נאכדעם וועט זיין....?
די טרענסקריפ געדריקט אין דער איד און א ספעצעלער ביילאגע...
ותו לא!
|
|
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 25/11/2008 21:46:52
כאב פונקט געזען די וואך שבת אין רש"י אויפן פסוק
ויהי עשו, בן-ארבעים שנה, ויקח אשה
זאגט די הייליגע רש"י:
עשו היה נמשל לחזיר, = עשו איז געווען צוגעגליכן צו א שוויין
שנאמר = ווי דער פסוק זאגט אין תהילים פ' יד
יכרסמנה חזיר מיער = דער ווילדער שוויין פון וואלד (די רשעים) טוהען עס ליידער אויסרייסן (די שיינע פירות; עס גייט ארויף אויפן חורבן בית המקדש) .
איז רש"י הק' מסביר:
החזיר הזה = אט דער שוויין
כשהוא שוכב = ווען זי ליגט
פושט טלפיו = טוט זי אויסשטרעקן אירע פיסלעך
לומר = צו זאגן
ראו שאני טהור = טוה א קוק ווי איך בין ריין וויבאלד איך האב דאך די סימני טהרה
כך אלו = די זעלביגע זענען די דאזיגע אלופי עשו
גוזלים וחומסים = זיי גזלענען און ראבעווען
ומראים עצמם כשרים = און שטעלן זיך אהער ווי ערליכע;
איז רש"י הק' ממשיך,
כל ארבעים שנה = די גאנצע פערציג יאר
היה עשו צד נשים מתחת בעליהן = האט עשו געפאנגען (געקידנעפט) ווייבער פון זייערע מענער
ומענה אותם = און ער האט זיי נעבעך אויסגעפייניגט און מאנס געוועזן
כשהיה בן ארבעים אמר = ס'געקומען צו די פערציג יאר, איז ער געקומען ווי א שיינער איד און געזאגט
אבא בן ארבעים שנה נשא אשה = מיין טאטע יצחק האט דאך חתונה געהאט הערשט ביי די פערציג
אף אני כן = איך וועל אויך גיין אין זיינע אויסגעטרויטענע דרכים אין חתונה האבן ביי די פערציג
קאמענטארן זענען איבריג
דער וועלטס גנב הגז"ל, נאך 8 יאר מסרב זיין לדין, הולך לערכאות, מסירה, הולך לבג"ץ, קומט ווי א צבוע'ניק זיך אהערשטעלן ווי אן אברהם אבינו.