היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פרייזן "טראסקעט" אראפ, אבער די אידישע סוחרים די לעצטע

פרייזן "טראסקעט" אראפ, אבער די אידישע סוחרים די לעצטע

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2524232

willimoni » 24/11/2008 21:15

ברויט - אייער - טשיז - מילך - אויל - פלעסטיק - קאפי און וואס נישט, אלעס "טראסקעט" אבער די אידישע געשעפטן ווילן נאך די אלטע פרייזן

למשל, ברויט איז שוין זייער לאנג ביליג, מעהל אפילו די ישן איז ביליגער ווי פאראיאר, כ"ש די בעקעריס וואס ניצן נישט ישן
אייער, איז פונקט ווי פאר 3-4 יאר צוריק
אויל, איז זייער געפאלן
טשיז, איז די וואך זייער געפאלן אבער די אידישע סוחרים בלייבן מיט די פרייזן
אזוי קענט איהר גיין אייטעם ביי אייטעם

******
יעצט די רעסטאראנטס ווער רעדט נאך, זיי פלאנען אינגאנצן נישט מיט צוטיילן די ריוח

******
פיצא געשעפטן, האבן מייקר געווען די פרייז מיטן פשוטן שקר גס און זיי פלאנען אויך נישט פון אראפלאזן

******
יעצט אויב קומט א קאמפעטיטער וועט איהר זעהן ווי זיי טאנצן און וועלן אזוי פארפירן


גאסט » 24/11/2008 21:21

האסט נישט געזעהן לעצטענס אז די גראסערי סטאר בעלי בתים זענען געווארן גרויסע געבערס פאר מוסדות וכדו,?

אבער איך האלט אז עס איז א גרעסערע מצווה צו געבן פאר די פשוטע אידן אביסל ביליגער גראסערי אז זיי זאלן אויך קענען ביישטייערען פאר די מוסודות וכדו'