היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » סיום מסכת ביצה והתחלת מסכת שבועות

סיום מסכת ביצה והתחלת מסכת שבועות

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2520411

מה_טובו » 19/11/2008 16:57

היינט האט מען אנגעהויבען מסכת שבועות אין די חבורת "יסודי התורה" וואס איז נתייסד געווארען דורך כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א

די צענטראלע סיום וועט פארקומען אי"ה קומענדיגע וואך בהשתתפות די חברי החבורה ובראשם כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ראש החבורה.

גוטזאגער » 19/11/2008 19:13

איך מיין אז מ'גייט דאס ענדיגן צום יארצייט פון ברך משה.
איז דאס ריכטיג?

רעכטער » 19/11/2008 21:18

מה_טובו כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די צענטראלע סיום וועט פארקומען אי"ה קומענדיגע וואך בהשתתפות די חברי החבורה ובראשם כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ראש החבורה.


ביום?

שפיטצער06 » 19/11/2008 23:20

אי"ה קומענדיגער וואך דינסטאג נאכט וועט פארקומען די יומא טבא לרבנן ווען מ'וועט פראווענען דעם גרויסן סיום אויף מסכת ביצה אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג.

מ'האט שוין נעכטן אנגעפאנגן צו לערנען מסכת שבועות, עס קוקט אויס א שווערערער מסכתא ווי ביצה.

די סיום וועט זיין אום כ"ו ניסן הבעל"ט, יומא דהילולא רבה פון רביהקוה"ט זצוקללה"ה.

רעכטער » 20/11/2008 00:10

א שיינעם דאנק שפיטצער.

מסכת שבועות איז היבש שווערער, והערב נא השם אלוקינו.

רעכטער » 21/11/2008 01:32

אין קרית יואל קומט פאר דער סיום היינט נאכט באולם השאפינג סענטער בהשתתפות כ"ק אדמו"ר שליט"א.

נטילת ידים בשעה  7:30, ברכת המזון 9:30.

ארגינעלער » 24/11/2008 03:34

די סיום קומט מארגן פאר בראשות רבינו שליט"א, סוועלן אויפטרעטן מיט דרשות 
הגה"צ רב  דונער שליט"א  פין לאנדאן , די רבי שליט"א, אין נאך.  

שפיטצער06 » 24/11/2008 04:26

מער פונקטליכער.

די סיום וועט פארקומען מארגן מאנטאג (נישט ווי איך האב בטעות געמאלדן דינסטאג) אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג.

עס וועלן אויפטרעטן מיט דרשות.
הרה"ג אהרן דוד דוננער שליט"א - ראב"ד לאנדאן, אלס אורח הכבוד.
הגה"צ אב"ד דקהילתינו שליט"א.
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

צודערזאך » 24/11/2008 16:41

.[בילד – נישט אפגעהיט]

צודערזאך » 24/11/2008 16:46

[בילד – נישט אפגעהיט]

צודערזאך » 24/11/2008 16:51

[בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 24/11/2008 17:20

דער לוח פאר מסכת שבועות

http://www.mysatmar.com/docs/public/liech_shvies.pdf

ארגינעלער » 24/11/2008 18:43


ווער איז דער "מרביץ תורה חשוב מתלמידי רביה"ק זי"ע"   ???

יודלע » 24/11/2008 18:48


אז מען שרייבט נישט זיין נאמען פארשטיי איך אז עס איז דא א סיבה, ווארט צי ביז באנאכט וועסטו געוואר ווערן

yosefelye » 24/11/2008 19:21

וואס פאר א ביליגע און נארישע פראפעגאנדע, מען זאגט נישט אויס ווער דער רעדנער גייט זיין, זאל עס זיין א סורפרייז, ממש קליינע בעביס, אפשר וועט דער רעדנער גאר קומען פארשטעלט מיט א מאסק מען זאל עם נישט דערקענען, און וועט זיך מאכן א אנדער קול, קיינער זאל נישט וויסן ווער עס איז.

פלעכטעל » 25/11/2008 05:22

דוד'ל, געלעכטער, ענד קא. עטס קענטס ענק שוין אנגרייטן שטאף אויף הרב דונער, ער האט א_וואו ר' וואזנער זייער אויסגערוהמט רבינו שליט"א, הייבטס שוין אן זוכן, ער איז א א..........

פלעכטעל » 25/11/2008 06:00

דוד'ל, געלעכטער, ענד קא. עטס קענטס ענק שוין אנגרייטן שטאף אויף הרב דונער, ער האט א_וואו ר' וואזנער זייער אויסגערוהמט רבינו שליט"א, הייבטס שוין אן זוכן, ער איז א א..........

האקאבו » 25/11/2008 06:10

הרב הגאון ר' שמעי' גרינבוים שליט"א האט אויך גערעדט

וואלןסח » 25/11/2008 16:22

רבינו שליט"א האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה רופנדיג דעם עולם צו לימוד התורה.

איך בין נישט קיין וומס"ג, אבער דוכט זיך אז ר' שמעי' גרינבוים לערנט נאך פאר שיעורים אין ראדני, אדער האט ער נאך אפעס א אנדער מין שייכות מיט די קליקע, יתכן אז פארדעם האט מען נישט געמאלדן זיין נאמען פארדעם.

אם שגיתי נא לתקן

רבי_יונה » 25/11/2008 16:43

עס איז געווען א מורא'דיגער מעמד נרגש, ר' שמעי' האט געהאלטן א שיינע לאנגע דרשה, דערנאך הרב דונער וואס רעדט געוואלדיג, און צום סוף רבינו שליט"א.

די ביהמ"ד איז געווען געפאקט מן הקצה אל קצה.

smilo » 25/11/2008 19:14

הרב יוסףאלי:
פרעגט נאר נאך ביי הרב דוננער ומשפחתו ווי שיין געציילטע אידן קוקן אויס.. שוין נאכן געווינען..

וואלןסח » 26/11/2008 04:42

 

באקומען אין אי מעיל

 

מתוך דברות קודש חוצבים מלהבות אש פון רבינו שליט"א ביים סיום מאנטאג נאכט אין ביהמ"ד הגדול אין וומסב"ג

 

ווען משיח וועט קומען וועט ער פרעגן אידישע קינדער ווי אזוי האט מען אויסגעהאלטן אינעם ביטערן גלות, וועט מען ווייזן דאס בלעטעלע גמרא, דאס האט אונז געגעבן חיות אין גלות, דאס האט אונז דערהאלטן אין אלע שווערע זמנים, און דאס האט אונז דערהאלטן אין די גוטע זמנים, מען זאל חלילה נישט אויסגעמישט ווערן צווישן די גוים, נאר א בלאט גמרא, נאר די הייליגע תורה, דאס איז אונזער גאראנטי.

לאגיש » 26/11/2008 07:02

[בילד – נישט אפגעהיט]

לאגיש » 26/11/2008 07:04

[בילד – נישט אפגעהיט]

לאגיש » 26/11/2008 07:08

[בילד – נישט אפגעהיט]

לאגיש » 26/11/2008 07:08

[בילד – נישט אפגעהיט]

גרינג » 26/11/2008 19:05

[בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 26/11/2008 20:50

[בילד – נישט אפגעהיט]

ויואל משה - על הגאולה ועל התמורה

תוקן על ידי גאסט ב- 26/11/2008 20:46:40