נאכען פארלירען איבער 60% פון די מארקעט די לעצטע פאר חדשים, האט אסטרייכער זיך אינטערגעבראכען און זיי פאנגען שוין צו ניצען פאלם אויל, אנשטאט די שעדליכע טרענס פעט.
ביזדערווייל האט זיך רייזמאנ'ס און שטערנ'ס זיך נאכנישט געבראכען
האפנטליך וועלען זיי זעהן אז זיי גייען אינטער גיין אויב זיי גייען נישט טוישען, און אויכט טוישען צו פאלם אויל
גוט אז דו ביסט מודיע, אזוי ווייס איך אז איך דארף זוכן א אנדערע קוקי, איך וויל נישט פארשטאפן מיינע קינדערס הערצער מיט די צווייפלהאפטיגע פאלם אויל.
אין מיט שעדליכע טרענס פעט ווילסטו יא?
טשאלענט עסטו יא? ס'איז סאך שעדליכער ווי טרענס פעט..
ווייל דעס ווייסט מען שוין יארען לאנג אז טשאלענט האט אסאך נישט געזונטע פעטן, אבער עס האט נישט קיין חששות, די פאלם אויל האט ליידער גראבע גרויסע חששות, און פונקט ווען מ'הערט די שרעקליכע חששות דארף מען קאמפעינען פאר דעם?
ס'איז דא אזויפיל אוילן וואס האבן נישט קיין טרענס פעט, צו וואס מוז מען נוצן א פראדוקט וואס האט אפילו א ספק חשש??
אזוי ווי מען קען מאכען קוקי'ס מיט אדער אן טרענס פעט, איז די זעלבע מיט טשולנט, רוב מאכען עס אן טרענס פעט.
און זעהט'ס דאך אז די אלע רבנים האבען מתיר געווען פאלם אויל
1. קוקיס קען מען מאכן מיט אויל, מוז נישט זיין מיט שארטענינג און נישט מיט די חששותדיגע פאלם אויל (ס'איז אוודאי בעסער מיט שארטענינג אדער אפילו מיט די פאלם, אבער ס'קען זיין זייער גוט אן דעם)
2. טשאלענט איז נישט טרענס פעט, מ'טאר נישט זיין "וואן טרעק מיינדעד", אפילו אויב ס'איז אמת די נייע חלום אז טרענס פעט איז נישט געזונט, איז דא זאכען וואס מ'ווייסט שוין פון לאנג אז ס'איז נישט געזונט, ווי טשאלענט וואס קאכט אגאנצע נאכט, ווערט די אויל "ריסייקעלד" און זיי האלטן עס פאר זייער נישט געזונט, חוץ די שווערקייט פון דעם מאכל.
3. "אלע רבנים" האבן נישט מתיר געווען פאלם אויל, מיין ווייב תחי' האט אנגערופן צוויי רבנים מכשירים, איינער איז געווען ביי די מיטינג פון די וואס האבן "נישט געוואלט אסר'ן", די אנדערער איז אויך געווען ביי מיטינג און גארנישט געזאגט, און ביידע האבן געענטפערט בערך "שומר נפשו ירחק מהם" ס'איז נישט גלאטיג!.
ס'איז קלאר עפעס נישט בסדר דא, די וואס קאפעינען פאר די פאלם אויל מיינען מסתמא גוטע כוונות, אבער די פאקט אז פאלם אויל איז נישט די עצה, פארוואס אריינגיין אין א איסור, אפילו א חשש איסור וועגן ניי אויסגעטראפענע העלט אישוס,?
למעשה אלע רבנים וואס געבען הכשרים זענען מתיר פאלם אויל, און אויב עס וואלט געווען א פראבלעם, גלייב איך וואלטען געווען רבנים וואס געבען הכשרים נישט מכשיר געווען
פליישיגע טשולנט איז 95% נישט קיין טרענס פעט, נאר פארווע טשולנט איז דא וואס לייגען אריין מארדשערין אז עס זאל זיין בעסער.
און אדרבא, וועלכע אנדרע אויל קען מען ניצען צו מאכען קוקי'ס?
טרענס פעט, טרענס פעט, טרענס פעט....
"וואן טרעק מיינדעד"!! ביז טרענס פעט האבן שוין עקספערטן געזאגט אויף מיליאנען זאכן אז ס'איז נישט געזונט, יעצט איז ארויס געקומען טרענס פעט, ביז א יאר ארום וועט קומען א אנדערע פראפעסאר און זאגן אז טרענס פעט איז גאר געזונט פאר די מעטאביוליזם און פאר די רייניגונג פון די געדערים...
(אווערנייט) טשאלענט האט ריסייקלד אויל, צוליב וואס ס'קאכט אגאנצע נאכט אין די זעלבע אויל, דעריבער האלטן עקספערטן אז ס'איז שעדליך, נאר אזוי ווי קיינער האט זיך אויפגעשטעלט אויף א אינטערוויו מיט קול מבשר צו מיט קול ששון און געזאגט אז טשאלענט איז שעדליך, האט ער נישט אזעלכע ראבאטס ווי יעצט מיט טרענס פעט
למעשה אלע רבנים וואס געבען הכשרים זענען מתיר פאלם אויל,
און אויב עס וואלט געווען א פראבלעם, גלייב איך וואלטען געווען רבנים וואס
געבען הכשרים נישט מכשיר געווען.................
דו ביסט נאיאיוו? אדער דו שפילסט נאר?
למעשה זאג איך דיר אז מיין ווייב האט גערופן צוויי רבנים מכשירים וואס זענען געווען אנוועזענד דארט ווי מ'האט עס "מתיר געווען", און זיי זאגן "שטיי אוועק!!"