א פרישע מערכה אין וויליאמסבורג, פרשת ראטה
33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2517843
אין וויליאמסבורג קערט זיך שוין איבער א פרישע מערכה.
פין א יונגערמאן א געוועזענער מגי"ש אין די ווינער ישיבה, ער הייסט ראטה
ס'איז שוין דא פאשקעווילן, שוין דא צוויי צדדים
ווייסט איינער וואס ס'גייט פינקטליך פאר ?
הרה"ג רבי יחזקאל ראטה'ס אייניקעל הרה"ג ר' משה'ס זין אין בארא פארק שמועסט מען אז זיין טאטע אין זיידע האלטן נישט אזוי שטארק אין זיין נייע דרך אין עבודת ה' ער איז א תלמיד פין סערדאהעלער ישיבה פין הרה"ג ר' חיים לייב כ"ץ שליט"א
א ניי דרך אין עבודת ה' ? וואס איז דער דרך ?
פון שיקס תלמידים
מען דארף אויך לערנען 18 פרקים משניות א טאג
ער האט 60 בחורים אין די ישיבה
עס איז זייער אויפגעכאפט גאר א נארמאלע ישיבה
ביסט דיך סותר מיניה וביה
פון שיק'ס תלמידים, א נארמאלע ישיבה
ווי אזוי גייט דאס צוזאמען????
איז ער כ"ץ תלמיד, אדער שיק'ס ?
עפעס הער איך אויך זייער מאדנע, אז ער זאגט אז דאוונען דארף נעמען זעקס מינוט
האט איינער געהערט דערפון ?
באקומען אין אישית
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
איז דא א טעיפ פון די דרשה?
ווייל אז נישט קען זיין אז איינער האט אויפגעמאכט די גאנצע זאך.
איך פארשטיי נישט פונקטליך צי דעם קולט אדער דעם נייעם דרך ה'
וואס איך וויל יא נייטיג וויסן, וואס דער דאראגער לויפער מיטן מישמאשער חכם האלטן
צי איז עס כת ש"ץ ממש, אדער איז עס נאר די נאלאגאן
ס'זעט אויס ווי איר דרייט זיך נישט אין ברוקלין, ווייל די גאס שטינקט פון דעם נייעם משוגענער.
ובא השמש וזרח השמש. נחום איז אראפ פון די מאפע, האבן מיר א נייער שוטה.
בקיצור צו זיין א סאטמארער דאטרף איך אים יעצט פיינט האבען?
\
וואס גייען האלטען די אהרונים און ואוס די זאליס?
איך הער ער האלט מהרב"צ
איך האב זיך נאכגעפרעגט און איך האב געהערט פון א טאטן פון א בחור אז דאס איז א ישיבה פאר בחורים וועלכע זענען נישט אנגענומען געווארן אין קיין אנדערע ישיבות.
ווען נישט הרב ראטה, זאגט מיר דער טאטע, וואלטן זיי פארפאלן געווארן און געגאנגען ארבעטן, און מיט זיין איבערגעגעבנקייט און פריינדליכקייט צו די בחורים ברענגט ער זיי ארויף צו א הויכע מדרגה ברוחניות ובגשמיות.
אויב איז דאס טאקע אמת דארף דער עולם דארף עפענען א ויצעקו קעגן די רשעים וואס פירן דעם קאמפיין, נאך פאר זיי טוען מיט דעם יונגערמאן וואס זיי האבן געטאן מיט ר' מעכל.
אנשטאט צו איבערקערן וועלטן איבער די ישיבות וואס ווארפן ארויס בחורים אין די גאסן פארפירט מען קעגן די ישיבה וואס איז געעפנט געווארן זיי צו העלפן.
תוקן על ידי ziskeit ב- 17/11/2008 13:31:27
מיט וועם ער קאנקארירט די וועלן שרייען , פאר די ארונים איז ער נשט קיין קאנקארענץ זיי האבן דאך א גרויסער רבי ומכלל הן אתה שומע לאו .
די בחורים דארטן זיצן און לערנען
איך קען פערזענליך צוויי בחורים וואס שטייגן אין לערנען
זיסקייט:
ערשטנס, יא עס איז דא א טעיפ פון די דרשה. צווייטנס, די עסקנים זענען נישט רשעים, די רשע איז יואל ראטה. ער איז א מסית ומדיח, דריטענס, ער האט נישט קיין 60 בחורים, ער האט קנאפע 30 , איך מיין אז די קענסט נישט קיין איין בחור וואס לערענט און וואקסט דארט אין תורה וועגן דארט דארף מען נישט לערנען, נאר זאגן די קענסט נאך נישט יואל ראטה, ער איז א תלמיד המחכים את רבו.
זיסקייט איז גערעכט אין א וועג.
דער ישיבה וואס ער האט געפענט איז נאר א טובה. ס'דרייען זיך ארום צענדליגער בחורים אויף די גאס וואס ווערן נישט - צוליב סיי וועלעכער סיבה - אנגענומען אין א ישיבה, פאר די בחורים און די טאטע'ס פון די בחורים איז דער ראטה ממש א ישועה.
פאר די עלטערען גייט קיין סאך נישט אן אז זייער זוהן וועט נאר זאגן משניות און נישט פארשטיין, ס'איז אום אלס בעסער ווי דער בחור זאל זיך אנטשעפענען אין אפאר KW בחורים און פון דארט גיין א גאנג.
זיין פראבלעם איז געווען ווען ער איז געווען מנהל אן א געהעריגער ישיבה, אין וויען, דארט האבן דאך די טאטע'ס נישט געשיקט צו אום וויסענדיג זיין דרך, און די טאטע'ס זענען געכאפט געווארן אין סופרייז ווען זיי האבן געהערט מיט וואספארא פרעמדע דיעות ער דרייט זיך ארום. ווען ער גייט אבער אליין, און טאטע'ס שיקן דארט אריין וויסענדיג ווער און וואס ער איז, איז ער נישט קיין רשע און ער טוט זייער א גלייכער זאך.
דער עיקר פראבלעם היינט מיט אום אז ער זאגט פאר זיינע בחורים וואס האבן געלערנט ביי אום פאריאר, אז זי זאלן קומען אין ישיבה צו אום אפילו זייער טאטע וויל נישט, צוליב די הלכה אין שו"ע אז מ'דארף נישט פאלגן א טאטע ווען עס קומט צו לימוד התורה.
א טאטע איז נאך אזויפיל בעה"ב אויף זיין 14 יעריגער בחור'ל און דער טאטע דארף אום איינטיילן ווי צו לערנען, ראטה טאר נישט זאגן פאר א בחור - וואס דער בחור איז געווארן אפגעקויפט פון זיין גיטאר אדער לאנטש - אז זיין טאטע מיז נישט צאלן קיין שכר לימוד, ער קען קומען אומזינסט, ער זאל נאר קומען צו אום ישיבה. דאס איז טאטאל ראנג און אפגעפרעגט.
(חוץ די אלע זאכן, האב איך געהערט פון א גאר א קראנטער מקור אז "וועד הצניעות" איז געווען דא אריינגעמישט און זיי האבן געלייגט גרויסע דרוק אויף וויען אז מ'זאל אום אפזאגן. אבער קיין דעטאלן ווייס איך נישט, אלזא וועל איך נישט רעדן דערפון.)
שפיצער, א ישר כח פאר דיינע ווערטער.
דאס איז די ערשטע זאך וואס מען זאגט אויף איינעם וואס מען וויל אים אונטערברענגען אז ער זאגט פאר בחורים אז זיי זאלן נישט פאלגן די טאטעס. פארשטייסט אליין אז חוץ פון דעם וואס ער דארף אליין האבן אויף צום לעבן מוז ער דאך האבן פון ערגעץ געלט אויסצוהאלטן זיין ישיבה און דאס קען נאר געשען ווען די טאטעס פון בחורים צאלן אים שכר לימוד.
ביסט דאך אליין מודה אז בחורים ווערן אפגעראטעוועט ביי אים ווייל אזוי ווערן זיי נישט פארפאלן דורכ'ן זיך צוטשעפענען צו שעדליכע עלעמענטן, וד"ל.
דער טאטע פונעם בחור צו וועמען איך האב גערעדט גייט ממש אין פייער פאר ר' יואל'ן. ער זאגט אז קיין איין ישיבה האט נישט געוואלט אננעמען זיין בחור, ווייל ער איז נאר געווען עוורידזש, און יעצט זיצט ער אין א מסגרת הישיבה, און האלט זיך צו א סדר הישיבה, אפילו אויב ס'איז א גרינגער סדר.
דער סאטמארער רבי מהר"א שליט"א האט אזויפיל בכיות פארגאסן דעם פארלאפענעם הו"ר איבער די בחורים וואס ווערן פארפאלן. א שטיין האט געקענט צוגיין פון הערן די בכיות. (דער קליפ פון די בכיות איז ארומגעפארן איבער די גאנצע וועלט. איך האב עס באקומען פון מיינעם א ידיד, א סערעט-וויזניצער.) ווייל ס'איז באמת נעבעך אזא ווייטאג און צער, פאר די עלטערן פון די בחורים, אויף קיין שום איד געזאגט.
ווילאנג ס'איז נישטא קיין אלטערנאטיווע ישיבה צו ראטעווען די בחורים וואס ווערן נישט אנגענומען אין א ישיבה, וועל איך מחזק זיין די ישיבה, חוץ אויב איך וועל הערן אז ער איז באמת א מסית ומדיח, אדער א סכנה פאר קינדער.
מסית ומדיח?
אפשר כופר באלקי ישראל?
אדער אפשר אזא חוטא ומחטיא את הרבים ווי ירבעם בן נבט?
שיקס(ע)תלמיד... ביסט חלילה בארירט.
א מסית ומדיח איז מען אויף פירט אראפ אידן פון וועג, אויב הייסט מען לערנען משניות און זאגן תהלים איז ער כשר פאר זיין סטאנדארט.
קיינער וועט נישט הייסן אז א פיינער בחור, וועלכער לערנט פלייסיג און האלט מיט יעדע וואך די שיעורים זאל אהינגיין, און דאס איז אינגאנצן נישט דער מדובר.
מ'רעדט דא צי א בחור וואס פאנפעט אונטער און ווען נישט ראטה, גייט ער חלילה לאיבוד, אזא איינעם דארף מען ראטעווען, קיין אינטערשייד אין וועלכע ישיבה.
אויב רשעים איז דאס נפתלי בלומענפעלד און זיין אויבערהאר!, וועלכער האלטן בחורים ביז די 20, און נאכדעם ווארפט זיי ער זיי צו די כלבים אויף די גאס. דאס איז א רוצח נפש ! ער איז דיר גוט געווען ביז יעצט, מוזטו זעהן צו אקאמאדירן די עלטערע בחורים. נאר ווייל ער האט נאך קיין שידוך געטראפן, קען מען אים נישט שטראפן מיטן ווארפען.
דאס איז רשעות און איז גורם אז בחורים זאלן ארויסגיין לתרבות רעה!
לויט ווי איך האב פארשטאנען רעדט זיך דא פון א נייער מיכל לעבאוויטש אדער אזא מין סטייל משוגענער. איז דאס ריכטיג?
אין דער היינטיגער בלאט, זעה איך אז די ישיבה האט שוין א נייער נאמען טרעבישאן (קרעטשינוף ירושלים)
בפ11219 איך רעד נישט אריין אין דעם נושא אבער איין קאמענט מיכל האט געצילט אויף רי בעסטע בחרים אין ישיבה אין דא רעדט מען פין א ישיבה פאר שוואכע בחורים
[בילד – נישט אפגעהיט]
שוין אראפ גענומען פון דארט
זיסקייט
וואס רעדסטו ווען די ווייסט נישט וואס די רעדסט?
וויפל בחורים ווילסטו איך זאל דיר ברענגען פאר וועם די מסית האט אויסגעלערנט אז עס איז דא א הלכה אז ביי עבדות ה' מיז מען נישט פאלגן די עלטערן? איך קען מיך אפשר אראפזעצן מיט דיינע קינדער און זיי אנצייגן ווי עס שטייט? איך האב אויך נישט געוויסט ביז א ווינער בחור האט מיר געוויזן.
גוטזאגער
די פרעגסט מסית ומדיח? יא!!!!!! מסית ומדיח!!!! יא!!!!!! כופר באלקי ישראל!!!!
עטץ קענטס אים נישט, ער האט נישט געעפנט א ישיבה פאר שוואכע בחורים, ער האט געעפנט א ישיבה וואס מאכט שוואך בחורים. איך קען דיר ברענגען לכל הפחות 60 טאטעס וואס קריכען אויף גראדע ווענט אין רייסן זיך די האר פון קאפ און לאזן זיך קאסטן שווערע געלטער פאר טעראפי אויסצורייסן די סם המות וואס דער כופר האט אריינגעלייגט אין זיי .
און די טרויערסט דיך נאך צו זאגן א גיט ווארט אויף אים? יעדע ווארט פון די דרשה איז אמת
שיקס,
איך קען נישט דעם ראטה, אין איך ווייס נישט אויב ער איז אזא 'כופר באלקי ישראל' ווי די לייגסט עם אראפ, אבער דאס איז קלאר אז דיין ניק איז נאר געפענט געווארען כדי אים צי באשמיצען!, די האסט נישט געשריבען גארנישט חוץ אויף דעם ראטה.
פערזענליך וואלט איך בכלל נישט געשריבען וועגען דעם נושא, אבער נעכטען נאכט האב איך באקימען א טעקסט מיט א וועבזייט וואס דארט באשרייבט איינער דעם ישיבה אין דערנאך האב איך באקימען נאך א טעקסט מיט א טעלעפאן נומבער - וואס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין דעם ראטה'ס!
אויב דער וועג דיינער איז 'טעראר' - האלט איך פון ראטה!
וואס איז די וועב סייט אדרעס?
גראדע איך האלט שטארק פון די ישיבה, ווייל א יעדע ישיבה היינט נישט קיין חילוק ווי אזוי מען לערנט דארט דער עיקר איז האלטן די בחורים פריילעך אין פיר ווענט, דאס איז היינט די וויכטיגעסטע זאך, עס אזי דא צווישען ווילי אין ב"פ באלד 500 בחורים ליידער וואס דרייען זיך ארום אויף די גאסן אן א ישיבה.
איז יעדע ישיבה וואס קומט אויף ובפרט א ישיבה פאר בחורים וואס דארפן הילף, א געוולדיגע זאך און מען ברויך דאס ארויסהעלפן בגוף ובמון.
גראדע וואנטש איך אויך א מזל טוב פאר הנגיד ר' משה יואל מזרחי ני"ו ווי איך זעה שטיצט ער די ישיבה ביד רחבה, ר' משה יואל איז באוויסט מיט זיין טייער הארץ.
אין איבער דעם צו דער ראטה איז ראוי צו זיין ראש הישיבה וכו', איז זייער פשוט:
אז ר' ליפא ט"ב מיענקי קען זיין זענטער רב, ר' יצחק שווארטץ קען זיין בראדער רב, ר' זלמן לייב טייטלבוים קען זיין ראש ישיבה אין קווינס, ר' שמשון גאלד קען זיין שפאטיווקער רב, ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן קען פירן א בי"ד, אברהם'לע לויפער דראגער רב, ר' חיים הערש ט"ב יפוי'ער רב, אלטר משה גאלדבערגער ארשיווער רב, יעקב בער מבלעקבערי שואל ומשיב אין קווינס,
קען נאך ר' יואליש קרויס זיין א ראש הישיבה.
רבי יונה
די עוולה פון יואל ראטה איז ער האט גענומען גיטע בחורים און ער האט זיי קאלט געמאכט צי א יעדע אידישע זאך ער האט זיי געמאכט פאר קלים מען דארף נישט דאווענען - מען דארף נישט לערנען - מען דארף נישט האבען דרך ארץ - מען דארף נישט פאלגען א טאטע. אדרבה פרעג דיך נאך ביי סיי וועלעכע טאטע וואס האט געהאט א בחור וויען. ער איז ערגער פון מיכל - וועכטער זיי האבען נישט ארויסגעריסען קיין אידישקייט מען האט געלערענט פלייסיג דארט. און יעצט האט ער געפענט א ישיבה אויך נישט פאר שוואכע בחורים נישט דאס איז זיין פלאן נאר עסס האט זיך ב"ה אזוי אויסגעשטעלט אז ער האט נאר שוואכע בחורים עטץ קענטס עם נישט איך קענ עם פערזענליך. ער האט די אלע אלטע בחורים פון וויען ג'brainwashed ער האט זיי אוועק געגאנבעט פון זייערע טאטעס זיי דרייען זיך אלע ארים מרה שחורה וועגען מען האט אוועק גענומען זייער אפגאט זיי האבען זיך נישט פאר וועם זיך מתוודה צו זיין. ער האט אריין געברענגט אין זיי א הפקירות און יעצט דארפען נעבעך לערנען. און די גרעסטע עוולה איז אז ער פרובירט נאך צו האבן שייכות מיט זיי קעגען זייער טאטעס רצון ווי אזוי וואלסט די זיך געשפירט ווען מען טיט עס פאר דיין קינד לייג דיך אריין אין יענעמס הויזען פאר די זאגסט א גיט ווארט אויף אזא סכנת'דיגע רשע. אדרבה רעדט מיט סיי וועלעכע מנהל פון סיי וועלעכע ישיבה וועלען זיי דיר מסביר זיין די סכנה פון דעם מסית וועגען חברא חברא אית ליה און עס איז אסאך געשמאקער פאר א בחור ווען אלעס איז מותר און ער גייט נאך און ישיבה. אין אז די ביזט נאך אלץ נישט איבערגעצייגט גיי כאפ א שמועס מיט זיין זיידע הרה"צ ר' יחזקאל ראטה שליט"א וועסטו הערען פון עם אליין ער זאגט וזל"ק עטץ קענטץ עם נאכנישט כלל ישראל וועט נאך אסאך ליידען פון עם
איך בין נישט באקאנט אין דעם פרשה אבער די שרייבסט אז די וויענער בחורים דרייען זיך אלע ארום מרה שחורה וועגען מען האט איהם אוועק גענומען פון דארט.
אויב אזוי איז דאך זיין אוועקשיקען פון וויען געווען א חסרון!