היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בענין: די בריוון פון ספרינט, אויף די "אנלימיטעט פלענס"

בענין: די בריוון פון ספרינט, אויף די "אנלימיטעט פלענס"

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2517110

פערדעלע » 14/11/2008 07:10

אזוי ווי עס איז באקאנט האט ספרינט ארויסגעשיקט לעצטן פאר אסאך קאסטומערס בריוון אז זיי וועלן טוישן די אלע "אנלימיטעט פלענס", די בחינם "ווייערלעס קארטלעך", וכדומה.

לויט ווי איך האב געהערט פון אפאר חברים,  זענען דעס נאר געווען סתם געשיקטע בריוון, איז עס האט למעשה קיינעם נישט אפעקטירט.

ווייסט איינער מער אינפארמעשאן וועגן דעם ענין, ביטע מיט-טיילן דא.

עס איז מיר פשוט נוגע ווייל איינער קען מיר ערלעדיגן א "ווייערלעס קארטל" פאר איינמאליגן פרייז פון $200, און דערנאך האב איך עס אויף מיין פלען בחינם, וויל איך פשוט וויסן אויב עס לוינט זיך (ער זאגט מיר אז ער קען מיר גארנישט צוזאגן וואס גייט זיין).

יישר כח!

דרך אגב, ישר כח פארן מנהל, פאר'ן מיך צולאזן צום עולם דא!

bp11219 » 16/11/2008 19:40

אפשר זאגסטו מיר אויך ווי מען קען גריגן א קארטל דורכן צאל איינמאל פאר אלעמאל?