בכיות נוראות - הושענא רבא אין סאטמאר - תשס"ט
78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2515325
בכיות נוראות ביי הושענא רבה דרשה פון מרן רביה"ק מסאטמר
נעילת החג און ברכת הקודש תשס"ט
דזשעי נעט באנוצער:
קליקט דא ביטע
צו זעהן אין גוגעל:
קליקט דא אין גוגעל
תוקן על ידי גוטזאגער ב- 11/11/2008 22:22:23
שרעקליכע געוויין אין מיטן קאכטער
ביי 3:11 זעט מען מ,,,,,,,,,,,,,, צוגענעצט זיך פאר געוויין
ביטע נישט פארקריכן פון די נושא.
דאס שטיקל ווי דער דער רבי רייסט איין, הייבט זיך אן בערך ביי 50 סעקונדעס אין די קליפ.
און עס ציט זיך בערך 4 מינוט.
דערנאך זעט מען עטליכע סעקונדעס ווי דער רבי גייט ארום די בימה.
בערך ביי 4.27 מינוט הייבט זין אן די נעילת החג טיש.
ביי 11:00 הייבט זיך אן די ברכת הקודש פון רבי'ן שליט"א
אויף קענט עוועניו, אינדרויסן פון ביהמ"ד הגדול.
מ'הערט דעם רבינ'ס רעדן אינדרויסן, אבער מ'זעט נישט קלאר, צוליב די טינקלקייט פון די נאכט.
דערנאך זעט מען אביסל טאנצן אויף די גאס.
א דאנק הרב גוטזאגער
ס'איז עפעס מרפסין איגרא במלוא מובן המילה. און א שקויעך אייך.
די סייט וואס מ'קען עס דאונלאודן לאזט מער נישט אריין, ווייל ס'האט דערגרייכט די מאקסימום.
ווער קען עס ביטע ארויפשטעלן ערגעץ אז ס'זאל נישט עקספייערן
א דאנק.
גוטזאגער, איך האף אז די ביזט נישט ברוגז אויף מיר.
איך האב עס ארויף געלייגט אויף mysatmar.com
http://www.mysatmar.com/clips/other/second_days-5769.wmvיישר כח
מורא'דיג! הערליך! שיין!
צעיר אנכי לימים, און איך געדענק נישט דעם הייליגען רבין דעם בעל גברי יואל זי"ע.
אבער יעצט מיין איך קען מען זיך אנהייבן מצייר זיין וויאזוי א הושענא רבא פלעגט אמאל אויסקוקן - און וואס עס מיינט יאמערליכע בכיות.
מימי לא ראיתי כזאת!
נורא נוראות! מ'זעט ווי אידן וואשן זיך אויס די הערצער אונעם הייליגן טאג הושענא רבא.
איין זאך איז מיר נאר אינטערעסאנט, די רבי הייבט אן די ברכת הקודש ביים באגלייטן בלשון זה: הכל הולך "בתר" החתום, דאכט זיך מיר געווענטליך זאגט מען "אחר" החתום, נישט "בתר" החתום.
ווייסט איינער די ערשטע מקור פון די מאמר? און די ספרים ווערט עס געברענגט כמה פעמים מיטן לשון "אחר".
בתר איז אראמיש פון אחר.
אין די כתובה איז דא צוויי נוסחאות, מחיים ולאחר חיים, אדער מחיים ולבתר חיים.
די בכיות און השתפכות הנפש איז מבהיל הרעיון, און מ'קען עס פשוט נישט באשרייבן.
א זאלי זאגט מיר נעכטן אז די קליפ איז געפעלשט, און ער האט קלארע באווייזען אז מ'האט עס געשטיקעלט.
איך האב יענעם אזויפיל געזאגט: ביסט גערעכט, די קליפ איז פאלש, די מענטשען זענען פאלש, די שול איז פאלש די טרערן זענען אבער עכט!
דער קליפ איז נישט געפעלטשט. דער געוויין איז די זעלבע וואס מען האט געהערט פון איהם ביי זיין גרויסן טאטע'ס לויה.
ווען ער האט אגעהויבן "זיין" הספד מיט א גרויס געוויין נאכדעם שטיל געבליבן א מינוט ווען איינער איז צוזאמגעפאלן און מען האט געשריגן הצלה, ווען הצלה האט אנגעהויבן באהאנדלן דעם איד האט ער ווייטער ממשיך געווען דעם געוויין אויף דעם זעלבען הויך טאון ווי ווען ער איז איבערגעהאקט געווארן. (דאס געוויין פלעגט זיין א גוטער רינגטאון)
אזא שפיעל וואס מען זעהט געווענליך ביים תלמוד פון זיין שווער, דער אברהם יצחק רבי פון ירושלים.
אבאדאללא !
אויב עסט מען פיצא א גאנץ יאר
אויב הערט מען דזשיגאנס טעיפס
אויב שפילט מען באל...
אויב שלאפט מען ביזן גרויען טאג
אויב לערנט מען נישט קיין אות אחת...
וואקסט מען גענוי ווי דעם רבי'ן וואס די האסט דיר געקליבן...
העי, I TOLD YOU SO
טענות האב נישט צו מיר.
גוטזאגער האסט דיך נישט געקענט איינהאלטן?
ווער האט דיך געהייסן הערן די הושענא רבה דרשה פונעם ברודער?
האסט עס נישט געקענט דערהייבן ווי דער סאטמערע רבי האלט אן הושענא רבה דרשה
אזוי ווי זיין טאטע אין פעטער מיט א מוראדיגען ערנסקייט אין ארגענעלקייט
אן זיך קאטשענען אין קאכן מיט געמאכטע געוויין אזוי ווי ביי זיין טאטעס לוויה
וואס אפילו די ארונים זענען געווען א מבין דעראויף
האסטו געמיזט עפענען אן אשכול זיך צו באראיגן
I Feel Your PAIN
געלעכטער און אבדאללא...
איך רעספאנד נישט צו אייערע דעפרעסיע. (צו דעם קען נאר העלפן פראזעק אדער זאלאף).
אבער איך האב ענק געבעטן, זייער קלאר און שארף:
ביטע קוקט נישט דעם קליפ.
דאס איז נישט פאר אייך . עס קען ענק אנמאכן פאטאלע מענטאלע שאדן.
איך האף אז איר וועט שנעל רעקאווערן, מיט א רפואה שלימה ברמ"ח אברים און שס"ה גידים.
ביי די וועי, איך האב דעם קליפ געוויזן פאר א איד, א בן שבעים, וועלכער האט זיך געווייקט ביים הייליגן רבי'ן זי"ע, דער בעל דברי יואל, און ער זאגט מיר, יא אזוי האט עס אויסגעקוקט אמאל....
אשרינו מה טוב חלקינו.
ווייל מיר האט בן מאה געזאגט אז עס אסאך מער ווי ביים דער דברי יואל
ביי דעי וועי ווי וועם וויינט ר מענדעלע?
איך האלט טאקע אויך אזוי, זאגסט דאך ממש דברים נכונים, ווען איינער ווארפט זיך אדער וויינט א טראפקעלע מער ווי דער דברי יואל פלעגט הושענא רבא, דער איז זיכער פארפארן פון דער ארגינעלער דרך פון סאטמארער רבי, כידוע איז דאך דאס געווען די עיקר מלחמה וואס דער דברי יואל האט לוחם געווען כל ימי חייו, דהיינו דוקא צו וויינען, שאקלען, זינגען אויף א געוויסן מאס. משא"כ אויב מ'איז מבזה די נטורי קרתא לעיני כל הגוים, מ'גייט מיט א פרעכהייט צום בג"צ, וואס איז גורם אז די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס די גאס זאגט אז סאטמאר איז אראפ פון קנאות'דיגן דרך, נישט קיין פארטייאישע צייטונגען ווי דער איד אדער בלאט, נאר גאר גאר פרעמדע קרייזן ווי די דשואיש פרעסס, און פרייע צייטונגען אין ארץ ישראל, דאס איז גארנישט, דאס איז מהיכי תיתי, אבי געזונט, אזוי לאנג ווי מציעט זיך אראפ די ביבער היט ביז די נאז, מפארקנייטשט זיך די שטערן, מ'געט א רבי ז"ל תניעה, און דערנאך לייגט מען נאך צו א טאץ לצנות וקללות אויפן סאטמארע רבי אין דער ברך משה זצ"ל, דעמאלטס איז אלעס אקעי. מ'דארף נאר שרייען "רבי זכרונו לברכה" טויזענט מאל אין אלעס איז ארלעדיגט.
דעס האט בן שבעים אויך געזאגט?
געלעכטער
האסט געקוקט און יעצט ביסטו דעפרעסט און ווייאלענט.
געדענק, מ'האט דיך געווארענט:
קוק נישט די קליפ - ווייל ס'קען חלילה לאזן פערמענאנטע מענטאל שאדן.
געדענק זייער קלאר:
יעדע ווילדע תגובה וואס דו לאזט, רעפלעקטירט דיין דעפרעסיע.
קושקעלע אז דער דברי יואל האט אביסעלע ווייניגער געוויינט ווי דיין צדיק
דארפסטו נישט חוזק מאכן פון אים
די דערמאנסט מיך תש"מ האט א פרעמדער רב געזאגט
אז דער סאטמערער רב וועט זיין פארהייליגט אין די גאנצע וועלט אחוץ אין סאטמער
גוטזאגער דע אשכול האט מען געפענט אויף א ריאקציע
פון אויסהערן די דרשה פונעם ברודער וואס דע דרשה איז א שם דבר אין די גאס
יעצט שריי ווייטער דעפרעסט,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,
געלעכטער טייערע איך מיז מודה זיין איך הייב אן ארויף צי קיקען אויף דיר
די האסט א מורעדיגע כח אין אפשאצען ווען איינער זאגט עפעס א דרשה צי דאס איז ארגינעל אדער דאס איז נאר אזוי פאלטש הא ראיה ער שאקעלט זיך דאס איז דאך א מורעדיגע אוסטערלישע דערהער
נ ב זאג דיין רבי זאגט אגאנץ יאר נישט קיין תורה אלץ חשש ארגינעלקייט אדער דאס איז א רעאקציע צים ברידער אדער להוציא מליבן של.................
גלעכטער
אמת טאקע דיין צדיק'לס דרשות זענען טאקע א שם דבר אין די גאס, לדוגמא די שור שנגח את הפרה זה אומר כלו שלי, צדק מארץ תצמח, ויתן לך אלקים מטל הארץ, מען דארף געבן א שקל שלום,
די געגנבטע דרשות פין סמיכה לחיים, שאול ומשיב, אין פין ר' יצחק מאצען.
האט ער שוין ווייטער געזאגט עפעס אינטרעסאנט??? א נייע פסוק אדער א נייע מאמר חז"ל אדער א נייע הלכה, לדוגמא אז מען דארף נישט מאכן א שחיינו פירום צופרי אויף מגילה ליינן??? געלכעטכער פארצייל מיר איך וויל אויך הנאה האבן.
תוקן על ידי יודלע ב- 13/11/2008 22:39:25
גלעכטער זאג נאר דיין צדיק'ל מאכט גוט נאך דעם רבין ז"ל? איך מיין אז די רבי ז"ל האט גהאלטן אביסל מער אראפגעבויגן זיין קאפ סא זאגט אז ער זאל זיך מער איינבייגען, אין דיין צדיק'לס היט ליגט אויפן פנים מיט 3 אין האלב אינטשעס מער אראפ ווי די רבי ז"ל.
אויך וויל איך דיר זאגן א שטיקל סוד וואס איך מיין אז די ווייסט נישט, די רבי ז"ל איז געזיצן אין געלערט אין נישט פארברענגט קיין צייט, אין דיין צדיק'ל פראבירט דאס בכלל נישט נאכמאכן, פארוואס? וועלכע זאכן מוז ער יא נאכמאכן אין וועלכע נישט??
קינדערלעך טייערע באראיגטס ענג עס איז גארנישט געשען
מיט אזוי גרויסען רעבען וואס עטץ פארמאגטס דארפט עטץ נישט זיין אזוי גערעגט
קודעם טאטעלע זיסע מיין רבי זאגט תורה ווען זיין טאטע אין זיין פעטער פלעגט זאגן
דיין רעבע איז אסאך גרעסער אזוי ווי דער בן שבעים האט מיעד געווען
אז ער וויינט אסאך מער אין זאגט אסאך מער תורה
אשטאטס צו די זאלסטיך פרייען אין טאנצן וואס פארא רעבען די פארמאגסט
ביזטו גערעגט איך ווייס נישט פארוואס
יודעלע זיסער
דיין רעבע קען שוין גוט נאכמאכן הא ביי ש"ס תורה
אין השם מלך ער גייט באלד ארויסטראגן ב מ ל פון ביזנעס
געלעכטער.... (דוד)
איך בעט דיך נאכאמאל, בייזער דיך נישט.
איך האב דיך געבעטן בתחנונים קוק עס נישט ! עס וועט דיר חלילה שאדן !
דאס אלעס איז נאר פאר מענטשן וועלכע
דאס ברענגט נאסטאגליע, בענקשאפט נאך התרוממות הנפש און דערמאנט די הייליגע מינוטן ווי דער הייליגער רבי האט איינגעריסן, און מיטגעשלעפט טויזענטער!
אשרי עין ראתה אלה.
דזשעי נעט באנוצער:
http://www.mysatmar.com/clips/other/second_days-5769.wmv
צו זעהן אין גוגעל:
קליקט דא אין גוגעל
שטעל דיך פאר גוטזאגער ווען דיין רעבע וואלט ווען געלאזט מאכן א באגלייטן
וואלט איך יענץ אויך ווען געדארפט ציקוקען
איך קען מיך פארשטעלן ווי גערעגט וואלסט געווען דעמאלטס
אז אן דעם איז אויך נישט אוועק צומאכן
יא אוואדי זיכער,
די אלע געוויינערייען איז נאר פאלש אין געמאכט...
די הושענא רבא וויינען איז געמאכט
די לוי' ביי זיין טאטע איז פאלש
די לוי' ביי חייקי איז אויך געווען פאלש
די הספד אויפן ספינקא רבי'ן ז"ל איז אויך נאר FAKE
די עבודה ביים דאווענען אין לערנען איז נאר פאר אטענשן
די אלע הונדערטער דברי תורה וואס ער זאגט דורכן יאר איז אויך נאר געמאכט
די אלע ברייטע ידיעות בכל המקצעות, איז בלויז א ווידער קול
משא"כ הרה"ק ר' זלמן לייב, מיינט ממש נאר דעם ריינעם אמת, אפי' ס'זאל דורך גיין חדשים וואס מ'הערט נישט פון אים קיין אידיש ווארט, מיינט ער נאר די פינטעלע פון רבי'ן ז"ל,
זייטן קאצקער איז נאך נישט געווען אזא אמת'דיגער מענטש.
העי מיסטער געלעכטער דיין רבי זאגט תורה ווי די רבי ז"ל אין די געזינטע יארען אדער ווי אין די נישט געזינטע יארען איך וויל פשוט וויסען ווי אזוי זיך ציי פירען
קושקעלע פארוואס האלסטו אז דיין רעבע איז פאלש?
טאטעלע קודם ווער מיר געוואר צו דיין רעבע ווען ער זאגט השם מלך אדער זיגט הא ביי ש"ס
מאכט ער נאך די גזינטע יארן צו די נישט געזינטע יארן?
גוטזאגער, א גרויסן ישר כח פאר די קליפ, ס'איז מורא'דיג, ס'דערמאנט די הייליגע מינוטן וואס מ'איז נארוואס אדורך, ס'כאפט אן א התעוררת.
פאר דעם געלעכטער וואלט איך בלויז געזאגט אז ער זאל גיין נעמען זיין פילן, און אויב ער האט נישט זאל ער גיין צום דאקטאר פאר א פרעבסקריבשען, איך מיין אז מעדיקעיד צאלט עס.
ישר כח נאכאמאל גוטזאגער. דאס וואס כ"ק רבינו שליט"א האט נאכגעזאגט ביים נעילת החג תורה אז פאר יעדן איד וואס פאר א מצב מען זאל נישט זיין בלייבט איבער א רשומא דקדישא אויף שפעטער, מיין איך, אז מיט אזא קליפ קען דער הייליגע טעם אינגאנצן נישט אוועקגיין.
נאר א שאד אז מ'קען נישט האבן א קליפ פון די הייליגע הקפות, אוי ווי איך בענק צוריק.
איינער זאגט מיר אז דאס איז יא עכט...
[בילד – נישט אפגעהיט]
דוד'ל: זאלסטו כאטש זען אז מיר פארשטייען דיך גאנץ גוט אז דו ביסט אנגעווייטאגט...
ווען מיר וואלטן געמאכט דיין טשויס, וואלטן מיר אויך געווען דעפרעסט!
אזוי ארגינעל ווי דעס?
תוקן על ידי געלעכטער ב- 14/11/2008 0:38:57
געלעכטער האסט שוין פארכאפט צי פארעטפערען די רש"י אדער סאוז נאך שווער
איך האב גראדע זייער שיינע ארגינעלע בילדער פון דיין רעבען
איך ווייס אבער נישט ווי אזוי מען לייגט עס ארויף
אפשר זאגטסטו מיר ווי אזוי מען לייגט ארויף?
געטס א קוק זיי האבן א גרויסן רעבען אין האבן א קליפ ווי ער קאכט
אין יעדער קינד אין קייט דערמאנען זיך פונעם דברי יואל
אין מען איז גערעגט פארוואס?
שלום עליכם אידן.
2 טעג וואס איך בין נישט געווען דאהי, און איך באקום קרעדיט פאר אלעם...
יעדע ניק וואס שרייבט קעגן די אהרונים איז אויף מיין קרעדיט ביי די נארישע אהרונים...
און יעצט צום ענין.
אזוי ווי די אהרונים האבן ליב פיקטשערס, האב איך זיי דא פאר זיי א שיין בילד פון זייער רבי'ן...
דא איז עס
[בילד – נישט אפגעהיט]
זעט אויס אז אויך דא וויינט דער צדיק'ל...
דוד ווי אזוי לייגט מען ארויף א פיקטשער?
[בילד – נישט אפגעהיט]
אוואדאי דארף מען נישט קיין באגלייטן[בילד – נישט אפגעהיט]
געלעכטער
באלד וועט יונה'לע קומען אז ר' משה גבאי מען האט אים אונטערגעשיקט די אינגעלייט זיי זאלן טאנצן מיט'ן צדיקל...
איך ווארט שוין קוים אז מען זאל מאכן אן הצלת רבינו אויף אים
עכר לערנט אבער נישט אויסגעצויגן מיט די פוס ווי א פויער
איך האב א בילד ווי דיין רעבע שלאפט אויפן פליגער אויסגעצויגן ווי א גאון
איך גיי עס אויפזיכען
תוקן על ידי געלעכטער ב- 14/11/2008 1:27:09
גוטזאגער ביסט א פשוט'ער אכזר און רוצח, נישא מער און נישט ווייניגער.
ביסט עתיד ליתן את הדין פאר'ן צאפן דאס בלוט, און אריינפירן אין דעפרעסיע דוד'לען (געלעכטער).
גוטזאגער נעקסט טיים וואטש וואס דו טיסט - ס'איז א שפיל מיט פייער
די מיינסט מן הסתם אויפן שיף אויפן נאגאט
איך האב געוואוסט אז יונה'לע איז אראונד...
ווען ער האט נישט וואס צו ענמטפעירן, האט ער איין ענטפער: דעפרעסטער דודל און לייגט צו אלע ניקס וועלכע גייען אים אויף די נערוון...