היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שלוש-סעודות מיט הערינג, קאלער סאדע, פלעטערס אין ראדני

שלוש-סעודות מיט הערינג, קאלער סאדע, פלעטערס אין ראדני

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2513837

רבי_יונה » 9/11/2008 23:31

וואס נועם הפרעס מיינט היינט איז א חידוש שוין אפילו פאר דעם וועלט בארימטן שטריקל.

די דערשלאגענ, אויסגעשפילטע שלוש-סעודות'ן האט געשלאגן א רעקארד אין ראדני, די ליידיגקייט און פוסטקייט פאטשט אין פנים.

האבן די כעלמער זאלונים, ליפי קרויס און זיין סוויטע בהסכמת הלישקע און דעם נועם הפרעסער באשלאסן א נייע סטראטעגיע צי ציען מענטשן ביי די הייליגע שלוש סעודות'ן עת רעווא דרעווין.

מ'האט אנגעהויבן אראפלייגן געשמאקע טעלערלעך מיט הערינג פיקל און שמאלץ, קאלער סאדע, ביי די זייטן טישלעך האבן זיך באוויזן פרישע פיש פלעטערס מיט קאלע און גרעיפ דזשוס.

די יונגלעך וועלכע קומען צו די הייליגע לעכטיגע טישן, גייען אריין אין א גורל.

און געהאלפן האט עס דערווילן, נאר אנצופילן די בייכער...

דוד46 » 9/11/2008 23:38

יונה'לע

אדרבה, זאג זיי ווי עס ליגט די פלעטערס, קאלער סאדע, קאלע א.א.וו.

דערווייל וואשן דיך הונדערטער אידן יעדע וואך פאר א בעקערי ראל...

רבי_יונה » 9/11/2008 23:56

איך האב נישט ערווארטעט אז דו זאלסט נישט שפרונגען. קענסט לייקענען ביז מארגעו! מוזט נעבעך מודה זיין אז דער שאלעש סעודות איז ביטער אויסגעשפילט - ליצי ליצנות. ליידיגע פארענטשען וכו' וכו'. לייקענסט נאר אז ליפי קרויס מיט די אנדערע שישקעס האבן אנגעהויבן אראפשטעלן קאלער סאדע, הערינג מיט פלעטערלעך.

דוד46 » 10/11/2008 00:06

יונה'לע

האסט נעבעך געכאפט א נערוון אטאקע...

זעט אויס אז דו ווייסט שוין נישט ווי די סאטמארער ביהמ"ד אויף ראדני געפינט זיך...

זעט אויס אז דו ביזט אנגעקומען אין הופער...

רבי_יונה » 10/11/2008 00:17

דארט ווי שמשון יאנקעל איז - דארט האט מען געגעבן צו אכל'ען פלעטערס און קאלער סאדע. נו, וויפיל מענטשן האט דיין לאשיק'ל ביים רעווא דרעווין?

דוד46 » 10/11/2008 00:23

יעצט רעדסטו שוין אנדערש.

יעצט ווייזטו טאקע אז דו ביזט א וועלטס לוזער...

הרב גאלד שטעלט צו  שלש סעודות שוין א לאנגע צייט, וואס האסטו זיך יעצט דערמאנט?...

נאר זעט אויס אז דער נאמען ליפא קרויס איז דיר ווי א ביין אין האלז...

רבי_יונה » 10/11/2008 01:17

יא יא, שמשון יאנקעל מיט ליפי קרויס פאלגן ארדערס. אלעס צו ברענגען מענטשען געט מען צו פרעסען פלעטערס און קאלער סאדע

טאטלע » 10/11/2008 01:24

אזוי דוד הרב גאלד שטעלט צי שלוש סעודות שוין  א לאנגע צייט                     זאג נאר ער שטעלט צי בעקערי ראלס ?????????

ארגינעלער » 10/11/2008 02:11

ר' יוסף הערש וויינשטאק האט זיך לעצטענס אויסגעדריקט
אז ראדני איז א מקום זהמה, אין ס'איז  נישט קיין פלאץ פאר ערליכער יוד זיך דארט צי דרייען

גרינג » 10/11/2008 02:38

ווארט צו נאך אביסל און פאר דעם שטריק אליין וועט מען אריינברענגן א פלעטער אין א זילבערנע טאץ
אין סאדא אין א וויין פלאש און די עולם וועט כאפן שריים....

רבי_יונה » 10/11/2008 03:30

שמשון האט זיכער גנב'עט די הערינג פון א גראסרי.

נעקסטע וואך וועט ער טיילן עדות ביוסף פאר אלע קינדער...

רבי_יונה » 10/11/2008 06:37

ער טראכט פון די יענקי געים..

האקאבו » 10/11/2008 06:50

יעצט הער איך גאנץ קראנט, אז פארדעם איז דער שפיווקער צדיק ווילד אויפן עדות ביוסף

ווייל ער שרייבט אין זיין ספר אז מרן מסאטמאר זי"ע האט זייער געגליכענט די בחורים
וואס האבן געלערנט, אין דער שפיטווקער האלט אז סאיז א פרעזינלכע אנגרייף קעגן אים.   

דוד46 » 10/11/2008 18:10

יונה'לע

כ'האב פאר דיר גוטע נייעס

ביי אונז געט מען צו עסן 7 טעג א וואך מכל טוב וטוב...

צופרי, נאכמיטאג, און ביינאכט...

נישט נאר אייערשפייז מיט געדינסטע צוויבל (כלשונו פון יצחק ראזענבערג... ) נאר סעודות גדולות כסעודת שלמה בשעתו...

ביזט העפליך געלאדענט...

האקאבו » 11/11/2008 02:56

ווייסט איינער צי דער שפיטווקער שרף פאריייכעט א לילקע נאך שלש סיעדות

איזראלי » 11/11/2008 17:06

ניין ! ער קען נישט אויסווארטן , ער רייכערט שוין אין מיטן די שלש סעודות .

קלינטאן » 14/11/2008 04:11

אויב'סאיז אמת אז מ'געט קאלער סאדע וכו' ווייס איך נישט, ס'איז אבער נאריש צו זאגן אז מען געט עס ווייל.....ס'איז דא צו ווייניג מענטשען. יעדער ווייס דאס און קיינער לייקענט נישט אז רז"ל האט ווייניגער מענטשען. בעסער געזאגט פוילערע מענטשען, און ר"א קומט "יעדע"  חסיד צו יעדע מסיבה

רבי_יונה » 14/11/2008 04:35

היידפארק האט זייער א גרויסע השפעה אין די זאלי אדמיניסטראציע ווי נאר היידפארק האט געשריבן דערפון איז שוין ארויסגעגבן געווארן אן עקזעקוטיוו ארדער אויפצוהערן מיט די פלעטטערס און קאלער סאדע

קלינטאן » 14/11/2008 04:41

איך פארשטיי נישט וואס איז די חסרון פון קאלער סאדע ס'איז ערגער ווי אסר'ן בחירות ערי'