[בילד – נישט אפגעהיט]
איסור קעגן בחירות אין ירושלים
הגאון פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א און אדמו"ר מווזיניץ מאנסי שליט"א זאגן אז דעת מרן רביה"ק זי"ע איז געוען אז מען מעג שטימען אין די בחירת ערי'!
הגאון הרב וואזנער שליט"א אמר לבן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א רבי ברוך שמשון שליט"א, שעל פי הורה מפורשת מכ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר זי"ע מותר להצביע.
גם אמר לו, מה שהם מפרסים אודות חוק חדשה, זה חוק הוא חדש אלא "לחברי העריה" אבל ל"ראש העריה" הצהרת אמונים היו צריכים להשביע כבר יותר מחמישים שנים.
וזה אינו דבר חדש.
א איד וואס איז געשטאנען אין די הונדערט אמות פון סאקמער רב, אדער האט נאר איינמאל אריינגעקוקט אין איינע פון זיינע ספרים.. וועט קיינמאל נישט עולה זיין על דעתו אז ער האט געזאגט אז מ'מעג ... .בהוראה מפורשת.!!
ער האט עס נישט געוואלט צוזאמשטעלן מיטן בחירות פאר ראש הממשלה, ווייל ער האט נישט געוואלט צוזאמשטעלן די איסורים דערפון, און שוואך מאכן דעם איסור פון יהרג ואל יעבר וואס גייט אן ביי ראש הממשלה.
איך ווייס נישט אויב ס'איז אמת די אלע מעשיות, אבער אויף הרב וואזנער איז בכלל נישט קיין קשי', וד"ל.
אזזוי זאגט אויך אוך און שרייבט ר' בינציון יאקאבאוויטש שליט"א יד ימינו פון רביה"ק זי"ע אין בני ברק.
סגעווען די וואך ביי אונז אין בית המדרש אן אפיל וכו וכו וכו וכו וכו
דוד איך רעד טאקע שטותים די סיבה דערצי איז וויל איך האב געלערענט ביי הגז"ל אין צעירים
ער האט געטאן שטארקע פעולות אז מען זאל דאס נישט אסר'ן.
עס איז ממש א נבואה פון רביה"ק וואס האט געזאגט אזאלעכע שארפע ווערטער קעגן די וואס קומען מיטן שלייער פון רביה"ק זי"ע און ריפען זיך קנאים, אז ניין זיי זענען אונטערברענגערס און אסרן וואס איז נישט אסור.
הג"ר בן ציון יאקאבאוויטש שליט"א (יד ימינו פון רביה"ק זי"ע אין ארה"ק) שרייבט אין זיין ספר "זכור ימות עולם", אז רביה"ק האט עם אליינס געזאגט "אויב עס זענען דא ערליכע רבנים וואס האלטען אז מען דארף יא שטימען, איז א גרויס אחריות צו זאגען נישט" !
ער שרייבט דארט באריכות אז בהסכמת רביה"ק זי"ע (הסכמה שבשתיקה), פלעגט ער זיצען מיט די קאנדידאטען פון בני ברק אין מאכען מיט זיי פארשידענע הסכמים, און די סאטמארער חסידים אין בני ברק פלעגען גיין שטימען ביי די בחירות פון די עיריה.
שפעטער שרייבט ער דארט, אז ווען ער האט געפרעגט דעם רבי'ן זי"ע וואס וועט זיין אויב די עיריה וועט יא איינפירען א "מועצה דתית" אין בני ברק (וואס לויט דעם דעת קדשו פון רבי'ן אין ויואל משה איז דאס זייער הארב), צו דעמאלטס וועט יא זיין אסור צו גיין שטימען ?
אויך דעמאלטס האט אים דער רבי נישט גענטפערט אסור, נאר ער האט אים געזאגט "וועסט מיר דעמאלטס אנפרעגען"...
אזוי אויך אין ירושלים האט ער פרייטיג אינדערפרי געזאגט ברבים זייער שארף, אז ער שטעלט זיך נישט דאווענען שחרית, ביז ווי לאנג מען נעמט נישט אראפ די צעטעלך פון די ווענט וואס זענען משמע אז ער אסר'ט די בחירות צו די עיריה. (מען האט דארט גקלעפט צעטלעך, וואס איז גוועהן געדריקט דער איסור פון רבי'ן אויף די בחירות צום כנסת המינים, צוזאמען מיטען איסור פון די עדה החרדית אויף די בחירות צו די עיריה. וואס אויבערפלעכליך האט מען געקענט האבען א טעות אז דער רבי אסר'ט אויך די בחירות צו די עיריה)
על כל פנים, מ'זעהט פון די אלעס זאכען ווי שטארק דער רבי האט דאס נישט געוואלטס אסר'ען, וטעמו ונימוקו עמו, ומי יעמוד בסוד קדושים ?!
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי זרחי ב- 10/11/2008 10:12:55
איינער האט מיר געזאגט אז די טעם פארוואס די בי"ד פין קיעפ איז ארויס לאיסור, איז ווייל ר' מנשה האלט נאך אלס אז ער איז ירושלימער רב, אין די קיעפ סט. בי"ד איז זיין בי"ד פין ירושלים, על כן מוז ער דאך אסר'ן די בחירות העירי' ווייל די בדי"ץ האט אלס ארויסגעגבן א איסור אויף די בחירות.
בעצם האט דאך יעדער סאטמאר'ער איד דעם געפיל אז מען טאר נישט גיין צו בחירות עיריה, (אפילו דער רבי האט עס נישט קלאר גע'אסר'ט). אבער יעצט וועלן מיר מוזן טענה'ן אז מען מעג, און באלד וועט עס אפילו ווערן א "מצוה", בלויז ווייל מען מוז זאגן יעדע זאך פארקערט פון זיי.
די זעלבע זאך האט מיך געבאדערט ביי די לולבים...
מיר דארף זיך אפלאזן פון זיי און גיין אונזער וועג, טראכטן און טאן וואס מיר האלטן אליין, נישט בלויז קאנטעררעאגירן צו זיי!!!
פונקט ווי יעדער פארשטייט דעם אבסורד ווען אן ארימער זאלי שפענדעט אויס זיין געלט אויף תנאים'ס און טייערע חתונה'ס ווייל ער רעדט זיך איין אז ער טוט אפ דעם רבי'ן, די זעלבע קוק איך אן נאריש ווען מיר דארפן יעדע זאך זאגן קאפויער פון זיי...
איך האלט אז מען דארף זיך נישט לאזן מיטשלעפן מיט זייערע מערכות נישט פאר און נישט קעגן...
קען מיר איינער מסביר זיין אנדערש? איך בין גרייט צו הערן!
דער רבי זי"ע איז נישט גוועהן קיין עקסטרעמער איסורים מאכער, ניין, ניין, און נאכאמאל ניין.
ער איז געוועהן א אויסגערעכנטער און איבער געטראכטער מענטש. ער האט בפירוש נישט געוואלט זאגען לאיסור.
מיט דעם שרייען אז דער רבי האט גע'אסר'ט די בחירות צו די עיריה, מאכט מען שוואך דעם איסור החמור פון די בחירות הטמאות צו די בחירות לכנסת המינים !
ווער נעמט דעם אחריות אויף דעם ?
א ודאי האבען סאטמארער חסידים א געפיל "נישט" צו גיין אויך צו די בחירות פון עיריה, אבער נישט מטעם הלכה ואיסור, נאר מטעם הרגש. (אין בני ברק האט דער רבי בפירוש געזאגט אז מ'קען נישט נעמען דעם אחריות פון זאגען ניין. אדרבא זאג דו, וואס דאס מיינט ?!)
תוקן על ידי זרחי ב- 10/11/2008 23:01:57
די זעלבע זאך האט דיך געבדערט מיט די לולבים... לערען דיך אויס אז ווען עס קימט צו איסורים אדער היתרים האף איך (אין אזוי קיקט דאס דערווייל אויס) זענען אונזערע דיינים נישט דן וואס די פורים בי"ד האט געזאגט, ותולדות אהרן יוכיח!, אויב וואלסטו געווען גערעכט, וואלט דער בלאט געהאקט אויף תו"א, אבער וויבאלד אונזערע רבנים האבען געהאלטען מיט זיי, האט דער בלאט געשריבען לטובתם.
בשורה התחתונה, די רבי האט נישט גע'אסרט די בחירות, און וועגען דעם איז דער איסור חמור א פורים.
ווען איך האב געזאגט אז יעדער סאטמאר איד האט א "געפיל" האב איך נישט געמיינט צו זאגן אז דער איסור איז געבויעט אויף געפיל, ספעציעל אין ירושלים ווען ס'איז דא א קלארער איסור פון די עדה החרדית שוין לאנגע יארן.
אמת אז דער רבי זי"ע האט קיינמאל נישט אונטערגעשריבן קיין איסור אויף בחירות פאר עיריה, און ס'איז טאקע נישט נישט דער זעלבער לעוועל איסור ווי דער כנסת, וואס איז דער "מלכות" המינות, און האט צו טאן מיטן עצם אנערקענען א מדינה פאר ביאת המשיח, משא"כ א רשות מקומית וואס איז נישט די זעלבע זאך.
אבער מיך האט געבאדערט וואס אונזער עולם הייבט אן אריינגעשלעפט ווערן אין א מערכה זיך אנצונעמען אז "מען מעג גיין צו בחירות עיריה", מיטן נאכשרייבן מעלדונגען פון הרב וואזנער שליט"א אז ס'איז דא א "הוראה מפורשת" פון מרן רביה"ק זי"ע אז מען מעג שטימען וכדומה.
וואס דאס איז נישט אמת, ווייל ס'איז דאך נישטא קיין הוראה פון רבי'ן אז "מען מעג", נאר אז ער וויל נישט אונטערשרייבן לאיסור.
לענינינו, אויב איז דא וואס טענה'ן אז יעצט איז נשתנה געווארן הדברים לאיסור וועגן די הצהרת אמונים, דארף דאס דורכטאן אן אויסגעהאלטענער דעת תורה, וואס פארשטייט צו די ענינים.
אדרבה זאלן ארויסקומען אונזערע דיינים מיט א הוראה צו מען מעג אדער מען טאר נישט, נישט אז אפאר שרייבערלעך זאלן אפמאכן דעם דעת הקהלה מיטן זיך איינערעדן אז מען טוט אפ יענעם. און נאכדעם זאל יעדער מוזן נאכטאנצן און האלטן די זעלבע זאך!
ס'איז דא פארטייאישע זאכן וואס שרייבערלעך קענען אפמאכן אליין, אבער ס'איז דא "עכטע זאכן" וואס דאס דארף מען איבערלאזן פאר די דיינים...
און ווי די נייעס קומט האט דער פרומער ציבור היפש געוואוט און בית שמש אפילו תולדות אהרן
ס'איז דא א טעיפ פון די דרשה פון הרב ר' שמואל שלמה טעללער שליט"א ווי ער איז שיין מברר די זאך מיט די גאנצע קלארקייט.
אויב ווילסטו טאקע וויסען וואס די מיינונג פון א סאטמארע איד דארף צו זיין (נישט סתם פון די הייד פארק שרייבערס) איז כדאי אז די זאלסט זיך איינהאנדלען דעם טעיפ פאר א דאללער צוויי.
צו מיר זענען 2 תו"א יונגעלייט געקומען משכנע זיין איך זאל חלילה נישט קיין צו די בחירות, זעט אויס אז זיי האבן מיר חושד געווען אין אזא גרויסע עבירה,
דא ברענט איך אייך א חלק פון זייערע פראספעקטן וואס זיי האבן צוטיילט ביים חרדישן ציבור אלס תעמולה אנטקעגן די בחירות צו די עיריה הציונית
[בילד – נישט אפגעהיט]
בעצם איז אומגלויבליך וואס עס האט זיך יעצט אפגעשפילט אין ירושלים, ווער עס געדענקט ביי די פריערדיגע בחירות האבן זיך די גערער יונגעלייט ארומגעדרייט און געטיילט שלעק פאר די עדה'ניקעס וואס האבן קאמפיינט קעגן די בחירות. "היתכן מען צווינגט ארויף די מיינונגען אויפן גאנצן ציבור", יעצט האבן זיי אליין געארבעט ביטער שווער צו ערוועלן א מחלל שבת בפרסיה אלס ראש העיר פון ירושלים, פאר זייערע פארטייאישע אינטערעסן, קעגן די אינטערסן פון וועמען זיי האבן ביז יעצט גערופן דער "גאנצער ציבור".
עס שטעלט זיך ארויס פון גער'ס פראפעגאנדע אז די חברי כנסת המינים מנחם און מאיר פרוש האבן "קיינמאל" נישט געפאלגט קיין "גדולים" נאר געטאן וואס זיי האבן געוואלט, אבער ביי די בחירות האט מען געשריגן אז מען מוז וואויטן פאר זיי וועגן "ועשית ככל אשר יורוך", און יאנקל לץמאן האט נישט קיין פראבלעם צו פירן אן אפענע מערכה און אנצופייפן "אלע" גדולים פון די אגודה (חוץ גערער רבי וואס מען דארף שוין אויך נישט פאלגן וועגן דעם "אין כבודו מחול" קאמפיין). און ביידע זענען גערעכט, יאנקל לצמאן טוט וואס "ער" וויל אונטערן נאמען פון "גור", און מאיר פרוש טוט וואס "ער" וויל אונטערן נאמען פון זיינע גדולים (ער האט א גאנצע קלאזעט מיט גדולים).
נאך אן אינטרעסאנטע זאך וויאזוי זאכן האבן זיך דערקייקלט, ווען לופוליאנסקי איז געווארן ראש העיר, האבן זייער אסאך מענטשן זיך געווינדערט וויאזוי א שומר תורה ומצות וואגט זיך אנצונעמען אן אמט אלס ראש העיר אין א האלב פרייע שטאט, וואס צווינגט אים צו פינאנצירן עבודה זרה גילוי עריות חילול שבת וכו'. און בלויז 5 יאר שפעטער האט שוין א איד מיט א לאנגע בארד נישט געהאט קיין שום פראבלעם דערמיט, ער איז ארומגעגאנגען קאמפיינען און אלע שמוציגע פלעצער צו בארואיגן די חילונים אז עס וועט זיי גארנישט פעלן אונטער זיין הערשאפט...
דער סך די אלע וואס גיין צו בחירות אין ירושלים זענען ביטערע פארלירערס:
די מחנה פון פורוש איז דאך פשוט...
און די מחנה פון גער וואס האט געהאלפן ערוועלן א "מחלל שבת", (וואס זיי פירן עמטליך מלחמה קעגן חילול שבת אפילו נישט אין היימישע געגענטן) זענען אויך גרויסע פארלירערס, טראץ זייער זיסע נקמה זיג, איז זייער עצם זיג דער גרעסטער פארלוסט.
די איינציגע געווינערס זענען די ערליכע אידן וואס האבן נישט קיין שייכות מיט דעם מלכות המינות, נישט מיט די חברי הכנסת פרוש און לצמאן וועלכע האבן געשוואוירן טריישאפט צו מדינת ישראל, און נישט מיט דעם פרייען ראש העיר עלעקט ניר ברקת.
אזוי ווי עס דערנענטער זיך יעצט די בחירות צום "כנסת המינים" איז צום האפן אז ערליכע אידן אין ארץ ישראל וועלן זיך האבן געלערנט א גוטע לעקציע און זיך אפהאלטן פון נעמען א חלק אין דעם חילול שם שמים.