היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » ס'איז גוט צו הערן די אראבישע זייט

ס'איז גוט צו הערן די אראבישע זייט

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2513232

לאנדסמאן » 9/11/2008 02:42


ס'איז פאראן א באוואוסטע ווארט, א איד האט אמאל געטראפן א צווייטער איד ליינען אן אראבישע צייטונג, פרעגט ער אים וואס איז פשט אז איר ליינט א צייטונג פון אראבישע שונאים?

ענטפערט אים דער איד, ווען איך לייען א אידישע צייטונג, זע איך צרות ביי אידן ל''ע, ווי אנטיסעמיטישע אטאקעס, באמבעס אין ארץ ישראל, פינאנציעלע פראבלעמען וכו'. 

ווען איך קוק אבער אריין אין אן אראבישע צייטשריפט, ווערט מיר גוט אויפן הארצן, איך זע נאר גוטע נייעס, ווי די אידן קאנטראלירן די וועלטס עקאנאמיע, די אידן הערשן איבער די וועלט, די אידן אונטערדריקן די אראבער וכו'.

בקיצור ס'איז גוט פאר די אידן.


דערפאר וועל איך בעז''ה דא ברענגן נייעס פון די אראבישע זייט, מ'זאל זען אז נישט אלעס ביי אידן איז שלעכט, אונזערע שונאים ימ''ש ברענגען אונז גוטע נייעס...

האטס הנאה.


Palestinians struggle in divided city of Hebron - 7 Nov 08

Palestinians have ended a week-long solidarity campaign against the Israeli authorities closure of the old city of Hebron, in the occupied West Bank. Al Jazeera's Sherine Tadros reports from Hebron on what that closure has meant for the city's Palestinian residents.


לאנדסמאן » 9/11/2008 03:20

די אויבערשטע ווידאו איז א גוטע ביישפיל, טאמער מ'וואלט צוגעהערט די אידישע זייט, וואלט מען געהערט ווי די אראבער מאכן צרות פאר די אידן וכו'.

אבער דא זעט מען אז די אידן זענען דער וואס געוועלטיגן אויף די אראבישע וואוילע שעפעלעך...