כה לחי!
דעטאלן וועלן נאכפאלגן.
שעלט, עס שפירט זיך אזוי גוט צו ליינען דיין געבלאזעכטס.
שטילערהייט שעלסטו פערלשטיין / יאקאבאוויטש / קעסטענבוים און אויך דיין נועם השטריק.
ווייל דוד'ל, ווען דו וועסט אי"ה חתונה מאכן, וועט דיר דיין שטריקל נישט נאכלאזן קיין פרוטה. א תנאים וועסטו מוזן פראווען, ווייל דו מוזט דא פיקסן און שיקן א מעסעדזש...
און וויפיל געלט דו מאכסטן פון טייפן אויף היידפארק, איז אויך נישט קיין סוד.
אלזא, טוה דאס וואס דו קענסט אמבעסטן:
שעלט בקול רם.
דוד די מיינט צי זאגען אז עס קימט עם נישט קיין קרעדיט פאר די תקנות ווייל ער וואלט עס ווען געקענט טין פאר צוואנציג יאר ציריק ממילא ??????? אדער ווילסטו זאגען אז אונז קענען האפען אז אין צען יאר ארום ווען דיין רבי וועט פירען כלל ישראל (אריין גערעכענט ארץ ישראל )פאר גאנצע צוואנציג יאר וועט ער אויפשטיין פינעם בערישען שלאף אין אנהייבען מאכען תקנות לטובת הכלל
אדער ער פייפט אריין אין יעדעם סאיז אסור מדאורייתא אין פארטיג
תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 10/11/2008 5:12:10
אהרן איז א גרויסע רבי מיט אסאך חסידים, וואס ווערן אנגערופן ארוניס בלע"ז, נישט מער, ער פירט נישט די וועלט, ער איז איזולירט צווישן זיינע לויאליסטן, פונקט ווי בעלז, עס זענען דא היינט טויזענטער סאטמארע חסידים איבער די וועלט תלמידים פון ר' יואל ז"ל וואס לא ידע את יוסף, עס איז א נארמאלע זאך אז אייינער זאל זיך רופן א סאטמארער חסיד אבער זאל זיך נישט אנגעהערן צו אהרן, מיט א ביליאן בנינים אדער חסידים וועט עטס קיינמאל נישט צוריקדרייען דעם מציאות.
ביטע זיך האלטן צו די טעמע.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/11/2008 22:11:22
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/11/2008 22:10:44
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/11/2008 22:10:03
_________________
ליינענדיג די לעצטע פאר תגיבות האב איך א בליק געטוען אויפן קעפל צו מיר שטייען נאך אונעם זעלבן אשכול. איך מיין אז מ'איז דא אביסל פארפארן.
צוריק צום טעמע.
דוד, איך אין דיינע שיך וואלט איך מיר פארמאכט דאס פיסק ביי דעם אשכול. די זאלי'ס שפייען בלוט יעדעס מאל זיי זעהן נאך עפעס איבער די חתונה-תקנות, זיי פארפירן און ווילן פארשטיין פארוואס זייער פירער (?) רז"ל קען נישט טוען א כל שהוא, כאטש עפעס לטובת די ארימע שיכט אינערהאלב זיין קהלה.
עטליכע קהלות האב זיך שוין צוזאמגענומען דא אין ניו יארק און נאכגעמאכט די זעלבע זאך, ס'איז פארמריט געווארן א גאנצר "וועד הקהילות" איבער דעם נושא, ס'איייצניגסטע ווואס שטעלן זיך נישט צו דערצו זענען די זאלי'ס.
און פארוואס? ווייל ר' אהרן! ר' אהרן האט דאס געמאכט קענען זיי נישט פויעל'ן ביי זיך דאס נאכצומאכן.
דאס טייטש ריכטיגע לוזער'ס!
עס דערמאנט מיר וואס א זאלי, בערך פונעם טיפ פון דוד האט מיר אמאל געזאגט, ווען דער רבי האט געמאכט די תקנות:
איך וועל אים ווייזען!
איך וועל דירעקט קויפן א 2 קאראט שטיינדל פאר מיין כלה!
ער וועט מיר נישט איינטיילן...
איך האב אויסגעשאסן א געלעכטער, און אים זאג יענעם טיפוש:
אדרבה, טוה אים אפ, און קויף 10 רינגלעך פאר אלע צען פינגערס, זעה מ'זאל דיר מאכן 10 טיי פארטיס ווייל דיין רעבע, וועט דיר קיין פיאסטער נישט געבן !
דער גרעסטער ווינער איז דער וואס האלט די תקנות
דער גרעסטער לוזער איז דער וואס איז דערקעגן.
רבי יונה,
ווייסטו דען נישט אז דער ערפינדער פון די תקנות איז בכלל נישט געווען
רבי אהרן, די זאלונים מיט ברכה סימא האל האבן גאר ערפינדען די תקנות,
און די זאלונים גייען נישט מיט די תקנות ווייל זיי זענען ברוגז אויף רעבעצין "ברכה סימא"
וואס האט צו גענומען איבער 2 טויזענט מיידלעך פון זייער בית רחל און זיי
איבער געשטעלט צו אונזערע מוסדות, און דריבער ווילן זיי נישט שטיצן "אירע" תקנות,
און פאר דיר דוד, דיין סטיעיטמענט מיט די ברכה סימא תקנות איז פיל מער
"שוטה" געשטימט ווי דער זאלי וואס גייט קויפן א 2 קאראטיגע שטיינדל
נאר אויפצורעגן די אהרונים...
סא, קשוט עצמך ואחר קשוט אחרים,
תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 11/11/2008 17:31:12