נאך א גאנצען טאג פון ארומפארן מיט מייקס אויס גערופן דורך הרב ר ארי' לייב גלאנץ הי"ו
שטעלט זיך די שאלה וויפיהל שטימעס איז אריינגעקומען?
צו האט זיך שוין דער עולם איסגעלערנט ארויסצוגיין שטימען נאר לשם שטימען אפילו דער קאנדידאט
גייט סייווי געווינען, אדער עס ברויך נאך ארומפארן 3 מאל אזויפיהל מייקס ביז
עס וועט צוביסלעך זיך אריינזעצן אין קאפ אז שטימען איז א "מוז"
ביטע ברענגען די רוזאלטאטן.
ר' ארי' לייב באקומט איצט אלעס צוריק פון ''הימל''...
פרוכטבאר די בוסט א פארפליכטעטער אהרוני וואס פרובירט מיט אלע מיטלען מבזה צו זיין די זאליס אויפן ערגסטען אופן וואס נאר שייך מיט דיינע רשעות'דיג תגובות אויף ר' ארי' לייב.
באלאנד
דריי נישט קיין קאפ, ווען די פרעמדע אידן הערן נישט רעדסטו אויך אזוי
די ביזט פשוט אויפגעקלערט אביסל אין די זעהסט ווי ביליג די אידישע גאס קוקט ענק אן, פראבירסטו צודפ פארדעקן ענער געמיינע פארביסענע שפראך,
לשטיתך ווערט דער איד אויך געשריבן דורך פארפליכטעטער אהרונים וואס פרובירן מיט אלע מיטלען מבזה צו זיין די זאליס אויפן ערגסטען אופן וואס נאר שייך (כלשונך)
ווער עס וויל זיך איבערצייגען אין מיין ווארהייט פין זייער געמיינע שפראך וואס איז כולל לשה''ר מחלוקת אין שנאת חינם קען אריינגיין אין עני פלאץ פין די זאליס אין אליין אויסהערן אדער אריינקוקען אין דער איד פין סיי וועלכע וואך
והמפורסמת א''צ ראי'
עס איז מיר א שאד דיר צו ענטפערן ווייל פון דיינע תגובות קוקט אויס ווי די בוסט א תינוק שנשבה ביי די אהרונים, די ווייסט נישט בין ימין לשמאל, הערסט אפאר ווערטער אין די מקוה קומסטו דיך אויסשרייען דא, די טאנצט 3 מאל קדוש פאר די זאגסט דיין רבי'נס נאמען, נאר אזוי ווי נאך אידן האלטן מיט דעם שמועס דא, וועל איך דיר ענטפערן. איך האב גערעדט מיט גענונג און נאך זאליס, קיין איינער האט מיר נישט געזאגט אזאלכע ווערטער ווי פרוכטבאר, איינער איז געווען מורא'דיג סימפאטיש מיט ר' ארי' לייב, א צווייטער אביסל ווייניגער, אבער אזאלכע רשעות'דיג ווערטער ווי פרוכטבאר האט געשריבן האב איך פון קיינעם נישט געהערט, וועגן דען בין איך געקומען צו די מסקנה (שוין נישט ס'ערשטע מאל...) אז פרוכטבאר איז א אהרוני. סימפל!
באלאנד אז די שעמסט דיר מיט פרוכטבארס תגובהס שריי נישט אז ער איז א ארוני
קימסט מיר פאר ווי די קינדער וואס שפילן א געים אין ווען איינער זעט אז ער גייט פארלירן שרייט ער איך שפיל נישט
באלאנד, כ'מיין אז די וועסט קוקען מיט א ערוואקסען בליק {אויב די קענסט} אויף אלע זאלי שרייבער'ס סיי דא אין סיי אין דער איד, וועסטו שרייען אויף זיי פינקט ווי די שרייסט אויף פרוכטבאר:
פארפליכטעטער אהרונים וואס פרובירן מיט אלע מיטלען מבזה צו זיין די זאליס אויפן ערגסטען אופן וואס נאר שייך (כלשונך)
איך פארשטיי ענק זייער גוט, איר מוזט פראטעקן דעם פרוכטבאר, ווייל אז עס וועט זיך ארויסשטעלן אז ער איז א אהרוני וועט זיך די גאנצע געים דא אויפהערן.
| באלאנד כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | איך פארשטיי ענק זייער גוט, איר מוזט פראטעקן דעם פרוכטבאר, ווייל אז עס וועט זיך ארויסשטעלן אז ער איז א אהרוני וועט זיך די גאנצע געים דא אויפהערן. |
|
אינז דארפ מיר אים נישט פראטעקטן, יעדע לאקאלע זאליס רעדט אזוי