וואס גייט זיין מיט גאווערנאר פעילין?
39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2511333
איז זי די צוקונפט אויפצולעבן די רעפובליקאנער פארטיי, אדער האט איר די מידיא שוין גענצליך אפגעשאכטן אויף די נאציאנאלע ארענע?
[אגב, זי וועט נאך שפילן א קליינע נאציאנאלע ראלע אין פאל סענאטאר סטיווענס ווערט געצווינגען אויפצוגעבן זיין פאזיציע וועט זי באשטימען דעם פרישן, רעפובליקאנער, סענאטאר]
איך האלט אז זי האט א גוטן פיוטשער קען זיין אז זי קען אפילו לויפן פאר פרעזידענט אין 2012
_________________
זי איז טויטע באנקעס
די גרעסטע פלאפ
אפשר דאך,
הער דיך אויף צו פאפּן. קיינער האט נישט געקענט אזוי גוט אפשחטן פעלין ווי פעלין אליינס.
אזוי ווי קושקע זאגט, זי איז גארנישט ווערט. זי האט איין זאך אויפגעטאן אז זי האט אנגעווארעמט די קאנסערוואטיווע באזע, אבער די קאנסערוואטיווע באזע אליין איז נישט גענוג צו קענען געווינען די וואלן. זי האט פארטריבן אינדעפענדענטס פון מעקעין, אדער עכ"פ אים נישט געהאלפן אריינכאפן אינדעפענדענטס און די סיבה דערצו איז וויבאלד זי האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין דעינדזשערעסלי אנפריפערד, ווייל זי האט ממש גארנישט געוואוסט איבער די אישוס צו זאגן ווען מען האט איר אויסגעפרעגט.
דער מעקעין קאמפיין האט איר אריינגעלייגט אין איזאלאציע און נישט געלאזט געבן קיין אינטערוויוס, און ווען אירע געהילפן האבן אויסגעפייט אז מען זאל איר לאזן רעדן צו די מידיא האט יעדער פארשטאנען פארוואס די מעקעין חברה האבן איר נישט געלאזט רעדן צו די מידיא. זי איז געווען ממש שרעקליך און געפערליך, אזעלכע שטותים צוזאמצורעדן וואס איז נאכנישט דערהערט געווארן ביז היינט.
ואם תמצא לומר, ליבערעל מידיא, ביל אריילי'ס אינטערוויו מיט אבאמא יוכיח, אז דאס איז שטותים. אריילי, פון פאקס ניוס, האט אריינגעשמעטערט אין אבאמא וויפיל ס'האט זיך נאר געלאזט און אבאמא האט זיך געהאלטן פעסט און געענטפערט אויף יעדע בייסיגע פראגע ווי ס'דארף צו זיין.
פעלין איז נישט די ערשטע רעפובליקאנער קאנדידאט אין די געשיכטע, און יעדער רעפובליקאנער איז אויסגעשטאנען די זעלבע שלעכטע (לשיטתך) טריטמענט פון די מידיא, און ס'איז נישט געווען עק וועלט.
און צוריק געשמועסט, הילערי קלינטאן האט געכאפט מכות פון די גאנצע מידיא, די רעכטע און די לינקע, און זי האט צום סוף פארלוירן די פריימערי. אבער צי איז די טאוסט? קיינמאל נישט. זי קען ווייטער זיין א שטארקע דעמאקראטישע פאליטישאן. און ווען אבאמא פארלירט ווען וואלט יעדער געוואוסט אז זי איז די קומענדיגע דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט.
קושקע, אפשר ביי דיר. די קאנסערוועטיוון קוקען יא ארויס אויף איר.
שפיצער, איך זאג דיר עס אויך, פאפּ דיך נישט. שטיי אויף און שמעק די קאווע. טרונק נישט די קול-עיד.
נעכטן נאכט איז געווען פעלינ'ס לעצטע אויפטריט אויף א נאציאנאלע ארענע. זי איז פארטיג.
זי וועט נאך אפשר פרובירן צו לויפן פאר פרעזידענט פיר יאר ארום נאכאמאל, אבער (און דאס איז מיין פרעדיקשאן) זי וועט שנעל אונטערהינקען און דאן ארויספאלן פונעם פארמעסט. די קאנסערוואטיוון וועלן זיך אלע פאראייניגן אונטער מיט ראמני.
יעצט איז זי אפשר א "רחמנות" ביי די קאנסערוואטיוון און קיינער טשעפעט איר נישט. אבער געב עס פיר יאר און וואונדער איבער וואונדער, די רעפובליקאנער קאנדידאטן אליין וועלן שניידן שטיקער פון איר, אויב ס'וועט זיין די מינדעסטע טשענס אז זי שטארקט זיך אויף זייער חשבון. איר סי-בי-עס און עי-בי-סי אינטערוויוס וועלן גענוצט ווערן אלס קוועלער פאר קנאקעדיגע קאמפיין עדס אויף איר חשבון און זי וועט שנעל ארויספאלן פונעם פארמעסט.
דעמאלט וועט קיינער אין די רעפובליקאנער פארטיי נישט שרייען אז די מידיא דעסטראיט איר...
און אויב איז דא איינער פון אייך וואס איז בספק וואס די רעפובליקאנער האלטן שוין יעצט איבער פעלין, דאן קוקט די וואל סטריט זשורנאל אנקעטע פון היינט:
NBC-WSJ GOP pollster Neil Newhouse did a post-election survey last night, and
here's what he found: Just 12% of those surveyed believed Palin should be the
GOP's new leader; instead 29% of voters said Romney, followed by 20% who say
Huckabee. Among GOPers, it was Romney 33%, Huckabee 20% and Palin 18%.
אן ענליכע געשיכטע:
קעטערין העריס.
ווער געדענקט נאך וואספארא העלד זי איז געווען ביי די רעפובליקאנער, פאר'ן העלפן בוש געווינען פלארידא? אויב איינער האט געזאגט א ווארט קעגן איר האט מען אים תיכף אראפגעריסן, ליבערעל מידיא.
דאן האט זי באשלאסן צו לויפן פאר סענאט, און איר אייגענע רעפובליקאנער האבן איר דעסטראיט און חרוב געמאכט. קודם האבן זיי פרובירט מיט אלע וועגן איר צו שטערן נישט צו לויפן, און ווען זיי האבן איר נישט געקענט סטאפן, האבן זיי ארויסגעגעבן פאר די גאס וואספארא צערודערטע פרוי זי איז און וויאזוי זי שלאגט און שרייט און טעראריזירט אירע סטעף מעמבערס אויב עפעס קלאפט נישט ווי זי האט געוואלט, און אין דעם איז אריינגערעכנט אויב די קאווע וואס זי האט פארלאנגט האט צו ווייניג צוקער, אדער די פרישטאג איז נישט פונקטליך וויאזוי זי האט געארדערט.
זיסקייט, ס'קוקט אויס ווי די ביסט ביי די מיינונג אז פעילין האט אינטערגעברענגט די מקעין קאמפיין.
לדעתי - און נישט נאר לויט מיר, דאס האט יעדער דאן געזאגט - האט זי אויפגעלעבט זיי פארשלאפענער קאמפיין, די פאקט איז אז זינט דאן האט זיך מקעין געהויבן העכער און העכער.
זי האט - אנדערש ווי מקעין און ביידען - געהאט ריזיגע ראלי'ס מיט צענדליגער טויזענטער באטייליגער, א שטייגער ווי אבאמא אליינס, כאטש נישט אזוי גרויס. ווייל די רעפובליקאנער האבן זיך ארויפגעכאפט אויף איר און האלטן אז זי איז א נייער שטערן אין די פארטיי.
אויב האט עפעס חרוב געמאכט די מקעין קאמפיין איז עס נאר די "אקאנאמיע", דאס האט אפגעשטעלט מקעין פון ארויפגיין ווייטער און עס האט ערפאלגרייך ארויפגעברענגט אבאמא.
9 פון 10 אויסגעפרעגטע האבן געזאגט אז די אקענאמיע איז געווען די הויפט אישו ביי זיי.
דאס איז די סיבה פארוואס איך האלט אז ראמני וואלט פאר דעם בעסער געווען, א סוקסעפולער ביזנעס מאן וואס אויף אום וואלט מען זיך געקענט פארלאזן. אבער די פראבלעם איז נישט דא געווען פעילין, עס איז די אקענאמיע.
און/אויב פעילין וועט נאך לויפן און 2 יאר ארום פאר א סענאט זיץ וועט זי זיכער דערהויבן ווערן אין די רעפובליקאנער פארטיי.
שפיצער, איך ווייס נישט וואו דו דרייסט זיך, אבער אויב האסטו געליינט היינט די צייטונגען האסטו איבעראל געקענט זען קוואוטס אין די מידיא פון מעקעין סטראטעגיסטן קעגן פעלין. זיי בלעימען 'איר' פאר די פארלוסט און 'נישט' די מידיא.
כ'ווייס ס'איז זייער ווייטאגליך מודה צו זיין אז א קאנדידאט פון וועמען מען האט געהאלטן וועלטן איז געווען א דורכפאל לכתחלה. אבער מאך שלום מיט'ן מצב. פעלין איז פארטיג. אראפ פון די מאפע.
פאקס ניוס האט מיך ריינגעוואשן!
אסאך מאל קוק איך זיך ארום צווישן מיינע חברים דא אין דעם פארום און אין ביהמ"ד און איך שטוין און איך טראכט צו מיך, געוואלד, בין איך דער איינציגסטער דא וואס לעבט אויף פלאנעט ערד?
מיט'ן גאנצן כבוד צו אייך חברים, וויאזוי קענען נאך אפילו זיין צווישן ענק אזעלכע וואס גלייבן אזעלכע שטותים, אז פעלין איז געווען א גוטע קאנדידאט, נאר די מידיא האט איר אונטערגעברענגט? זענט איר טאקע אזוי דום? צי האט איר נישט אלע געזען וואס איך האב געזען?
דא האט זיך גערעדט פון א מענטש וואס ווען אימער זי האט זיך אויפגעשטעלט רעדן האט זי גערעדט געפערליכע שטותים, און עטס קומטס מיר זאגן אז די מידיא איז שולדיג אז זי איז געווען אזא דיזעסטער.
יעצט איז געקומען די רעפובליקאנער פאקס ניוס (יא, די רעכטע מידיא, די קעיבעל סטעישאן וואס האט די מערסטע וויוערס!) און ארויסגעגעבן סודות פון חדר, און ווי זיי זאגן איז דער מצב געווען סאך ערגער ווי מען האט געמיינט ביז יעצט.
זיי לייגן אראפ די פעלין ממש שווארץ, שווארץ, שווארץ, א פרוי וואס האט נישט געוואוסט אז אפריקע איז א קאנטינענט, זי האט געמיינט אז ס'איז א לאנד!!!
א פרוי וואס האט נישט געוואוסט וואס נאפטא איז!!!
און אפילו פאקס זאגט אז פעלין האט אנגעפאנגען צו גיין בארג אראפ נאך יענע אינטערוויו מיט סי בי עס, ווען זי האט זיך געגעבן צו דערקענען פאר אמעריקאנער ווי א געפערליכע שוטה.
זיי זאגן נאכמער: די מעקעין חברה האבן תיכף אנפאנג געזען אז ס'איז צרות מיט איר און זיי האבן איר פרובירט צו שטעלן אונטער קאנטראל, אבער זי איז געווען א צודרייטע פרוי (פונקט ווי קעטערין העריס) און געשריגן און פארפירט און באקומען טענטרומס (געמאכט היסטערישע קולות) ווען מען האט איר פרובירט אויפצוקלערן וויאזוי מען דארף זיך אויפפירן.
פאקס זאגט נאכמער: אלע שאלות וואס סי בי עס האט געפרעגט פון פעלין האט די מעקעין קאמפיין זיך געקענט פארשטעלן פון פריער (דאס מיינט אז CBS האט נישט געפרעגט קיין שום ספעציעל בייסיגע שאלות פון איר) און זיי האבן איר פרובירט אויסצולערנען וויאזוי צו ענטפערן די תירוצים. אבער די משוגענע האט בשום אופן זיך נישט געלאזט לערנען און נישט געוואלט אז מען זאל איר אויסלערנען פון פריער די תירוצים אויף די קשיות.
און פאקס זאגט אז אין די קומענדיגע טעג גייען קומען נאך מעכטיגע געשיכטעס איבער פעלין וואס גייען ממש חרוב מאכן איר רעפוטאציע.
אבער פארוואס זאל איך רעדן פאר פאקס? דא האט איר אליינס די אינטערוויו און קוקט עס אליינס.
(קוקט ביז צום סוף וואו פאקס זאגט אז נאך איר אינטערוויו מיט CBS האט מעקעין אנגעפאנגען צו גיין בארג אראפ. זי האט געהאלפן מעקעין פאר גאר א קורצע צייט, און דאן האט זי אים אנגעפאנגען אראפצוברענגען.)
http://www.youtube.com/watch?v=MWZHTJsR4Bc&eurl=
תוקן על ידי ziskeit ב- 06/11/2008 6:46:44
איך האב א שאלה, א קריטישע שאלה.
די נאאיווע פעלין שטיצערס אויף כל העולם כולו זענען ביזי געווען וויאזוי די מידיא איז געווען בייעס צו פעלין.
מיין שאלה איז אזוי: פאקס זאגט יעצט אז זיי האבן שוין געוואוסט די אלע פראבלעמען איבער פעלין א שטיק צייט צוריק אבער זיי האבן עס נישט געוואלט ארויסגעבן.
איז דאס יושר? ווען ס'וואלט זיך גערעדט פון א דעמאקראט וואלטן זיי אויך געהאלטן די נייעס און נישט ארויסגעגעבן? איז דאס נישט מידיא בייעס פון פאקס?
איז נישט זייער סלאגאן: ווי רעפארט יו דיסייד?
איך האב געוואטשט די אנדערע אינטערוויו וואס דער רעפארטער האט מיט ביל אריילי, עס זעט אויס ווי אריילי גלייבט אים נישט אלעס, עס זעט אויס ווי דער מעקעין קאמפיין זוכט אויף וועמען צו ווארפן דעם שולד, און פארוואס נישט אויף סארא פעילין
דער אינטערוויוער דא, איך קען נישט זיין נאמען, פרעגט דאך זייער גוט, אויב איז אמת אז פעילין האט באגראבן דעם מעקעין קאמפיין, איז דאך הדרא קושיא לדוכתא, מעיקרא מאי קסבר, פארוואס האט מעקעין איר אויסגעקליבן אזוי שנעל אן זיך נאכפרעגן?
דער פאקט איז, מעקעין האט זיך אליין באגראבן דורך דעם גאנצן קאמפיין, זיין גאנצע קאמפיין איז געוען געבויט אויף נסי נסים, און דער פאקט איז, אז ער האט סיי ווי נישט געהאט קיין שאנס, ווייל מיט אזא מעסטער מעסטער מעסטער קאנדידאט ווי באראק אבאמא, און זיין מעסטער מעסטער קאמפיין, האט קיינער נישט געהאט קיין שאנס.
דער זעלבער רעפארטער זעה איך לויפט ארום אויף אינטערוויוס איבעראל. מען וועט אין די קומענדיגע טעג אסאך הערן פון די מעקעין קאמפיין חברה וועלכע וועלן אנווארפן שולד נאך שולד אויף פעילין
אבער די לוזערס בלייבן זיי
פעילין האט נאך א גרויסע פיוטשער, מעקעין (איך שוין אים גראדע, איך האלט זייער פון אים) איז פארטיג, און זיינע קאמפיין חברה נאך מער פארטיג, ווייל א דורכגעפאלענער קאמפיין מענעדזשער אדער סטראטעגיסט וויל קיינער נישט נעמען נאכאמאל
ברוך שכונתי, יעצט ליין איך אין ניו יארק טיימס אזוי
http://www.nytimes.com/2008/11/06/us/politics/06mccain.html?hp
As the ticketmate with a potentially brighter political future, Ms. Palin has more at stake going forward than Mr. McCain, whose aides now have an interest in blaming outside factors for their loss, making Ms. Palin a tempting target. And even as the votes from the election were still being counted, there were new recriminations, with Mr. McCain's aides suggesting that a Palin aide had leaked damaging information about them to reporters.
The tensions were described in interviews with top aides to the two campaigns who spoke on the condition of anonymity because they did not want to be seen as disloyal to Mr. McCain's effort at a difficult time.
Finger-pointing at the end of a losing campaign is traditional and to a large degree predictable, as Mr. McCain himself acknowledged in a prescient interview in July.
''Every book I've read about a campaign is that the one that won, it was a perfect and beautifully run campaign with geniuses running it and incredible messaging, etcetera,'' Mr. McCain said then. ''And always the one that lost, 'Oh, completely screwed up, too much infighting, bad people, etcetera.' So if I win, I believe that historians will say, 'Way to go, he fine-tuned that campaign, and he got the right people in the right place and as the campaign grew, he gave them more responsibility.' If I lose,'' people will say, '' 'That campaign, always in disarray.' ''
אגב, איך באוואונדער ווי קלוג מעקעין האט עס ארויס געהאט נאך אינמיטן דעם קאמפיין, עס געט מיר נאר צו בארעכטיגונג צום גוטן אויסוואל וואס איך האב געמאכט ביים אראפדריקען זיין קנעפל אין בודקע, איך האב נישט קיין חרטה, אפילו ער האט נישט געוואונען
מעקעין איז פון מיינע גרויסע מענטשן אין אמעריקאנער פאליטיק
אגב, עס לוינט זיך אפצוליינען דעם גאנצען ארטיקל צו זען ווי דער מעקעין קאמפיין וויל יעצט שיטן שמוץ אויף איר וויפיל עס גייט
איין ביישפיל, אין די צוויי אינטערוויוס דא אויף פאקס ניוס, שרייען זיי אז זי האט זיך נישט געואלט צוגרייטן צום קעטי קאריק אינטערוויו אויף סי בי עס. דא אינעם נ.י. טיימס איז איינער פון מעקעין קאמפיין מודה, עס איז נישט אז זי האט געזאגט אז "איך וויל מיך נישט אנגרייטן", נאר זי איז געווען אווערלאודעד מיט ארבעט צוליב איר באגעגעניש אין יו ען, און זי האט נישט געהאט קיין צייט זיך אנצוגרייטן וכו'
אין קורצן, דער מעקעין קאמפיין זוכט יעצט אן צו ווארעפן דעם גאנצן פעקל אויף איר
און אחרי ככלות הכל, איך אגרי מיט שרה פעילין הונדערט פראצענט, רעדן פון איר יעצט, איז פארדרייען דעם שמועס
יעצט איז די רעדע אבאמא, ער איז די נייעס פון טאג, וואך און ווארשיינליך די קומענדיגע יארן
רבי יונה, איך בין אויך ביי די מיינונג אז די מקעין חברה זיכן אויף ארויפצולייגן די שילד אויף איר נאכן האבן זייער דורכפאל.
זיסקייט, די דערציילסט מיר זאכן וואס די ווילסט אז איך זאל גלייבן, פאקס שרייבט, יענער זאגט וכדומה. איך זעה א פאקט. ווי נאר מ'האט אויסגעקליבן פעילן האט דאס געהויבן די מקעין קאמפיין ביז ווילאנג די אקענאמיע פראבלעם איז אריינגעקומען.
די פאקט איז אז זי האט געהאט מאסן מענטשן ביי אירע ראלי'ס, ביז איר לעצטע טאג פונעם קאמפיין, אפילו זי האט גערעדט שטותים אויף די סי. בי. עס. אינטערוויו. זעהט אויס אז די פשוטע המון עם פארשטייט נישט דערצו.
אויף דזשאן עדווארדס האט מען נישט געזאגט די אלע זאכן, אויף דזשאסעף ליבערמאן האט מען נישט געזאגט די אלע זאכן, אויף דזשעק קעמפ האט מען נישט געזאגט די אלע זאכן, אויף לאיד בענטסען האט מען נישט געזאגט די אלע זאכן.
און דארט זענען אויך געווען רייבערייען.
אויף דען פּאיעאואיטעטא קוועיל האט מען געזאגט אז ער איז א געפערליכער בהמה, און ער האט געשעדיגט דעם (ערשטן) בוש קאמפיין, און ער איז מער קיינמאל נישט צוריק געקומען צו אמעריקאנער פאליטיק, זיין קאריערע איז געווען פארטיג.
שוין ביים אנפאנג פונעם קאמפיין זענען ארויסגעקומען באריכטן אז פעלין איז א שרעקליכע דיזעסטער און מען האט גערעדט אז זי גייט האבן דעם זעלבן סוף ווי טאם איגלטאן, דזשארדזש מעקגאווערנ'ס ווייס פרעזיענט קאנדידאט וואס האט געמוזט אויפגעבן אינמיטן דעם קאמפיין נאכדעם וואס ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז נישט מיט אלעמען.
ווארט נאר ווארט וויאזוי דער בייסיגער ראמני וועט צומאלן פעלין ביי די ערשטע רעפובליקאנער דעבאטע (אויב זי וועט בכלל אנקומען ביז אהין) און אין זיינע קאמפיין עדס. ער וועט אויפשפילן שטיקער פון איר CBS אינטערוויו (ווי זי איז נעבעך נישט געווען אנגעגרייט) און שטיקער פאקס ניוס און זי וועט גיין דאון די דרעין. ע"פ דרך הטבע קען פעלין זיך מער נישט צוריקכאפן און איך ספק'ע צו זי וועט בכלל זיך וואגן צו לויפן פאר פרעזידעדנט.
איך דאנק ג-ט אז די האנט פון די צורודערטע פרוי וועט נישט זיין אויף די נוקלעארע באטאן.
אוי וויי, ס'ווערט נאך בעסער...
NEWSWEEK has also learned that Palin's shopping spree at high-end department stores was more extensive than previously reported. While publicly supporting Palin, McCain's top advisers privately fumed at what they regarded as her outrageous profligacy. One senior aide said that Nicolle Wallace had told Palin to buy three suits for the convention and hire a stylist. But instead, the vice presidential nominee began buying for herself and her family—clothes and accessories from top stores such as Saks Fifth Avenue and Neiman Marcus. According to two knowledgeable sources, a vast majority of the clothes were bought by a wealthy donor, who was shocked when he got the bill. Palin also used low-level staffers to buy some of the clothes on their credit cards. The McCain campaign found out last week when the aides sought reimbursement. One aide estimated that she spent "tens of thousands" more than the reported $150,000, and that $20,000 to $40,000 went to buy clothes for her husband. Some articles of clothing have apparently been lost. An angry aide characterized the shopping spree as "Wasilla hillbillies looting Neiman Marcus from coast to coast," and said the truth will eventually come out when the Republican Party audits its books.
A Palin aide said: "Governor Palin was not directing staffers to put anything on their personal credit cards, and anything that staffers put on their credit cards has been reimbursed, like an expense. Nasty and false accusations following a defeat say more about the person who made them than they do about Governor Palin."
McCain himself rarely spoke to Palin during the campaign, and aides kept him in the dark about the details of her spending on clothes because they were sure he would be offended. Palin asked to speak along with McCain at his Arizona concession speech Tuesday night, but campaign strategist Steve Schmidt vetoed the request.
איך זאג טאקע נישט אז זי גייט געווינען די וואלן, און איך בין נישט זיכער אויב זי וועט לויפן דערפאר, אבער דערווייל האט זי באקומען מיליאנען שטיצער פון איבער די לאנד וואס בעטן און פארלאנגען זי זאל דאס טוען.
און - ווי איך האב שוין נעכטן געשריבן - אויב וועט זי לויפן און צוויי יאר ארום פאר א סענעט זיץ און וועט געווינען וועט זי האבן אסאך גרעסערע טשאנסן.
לאז מיך נאכמאל איבער'חזר'ן מיין מיינונג פאר מיר ענדיגן אינזער דעבאטע.. מיר קייען נאר איבער ווידעראמאל די זעלבע שטותים.
די הויפט אירזאך וואס האט אפגעשוואכט מקעין'ס קאמפיין איז די אקענאמיע! די מקעין קאמפיין וועט עס אנלייגן אויף וועמען זיי קענען און פעילין איז דאס בעסטע פאר זיי וויבאלד זי איז נייע אין פאליטיק און די מידאו וועט זיך שטארק צוכאפן דערצו.
דא איז א לינק צו די פאקס אינטערוויו מיט ביל אריילי. דארט גיט דער רעפארטער ארויס נאכמער דעמעדזשינג אינפארמאציע איבער פעלין, און אריילי זאגט ביים סוף אז איינער וועט דא מאכן אסאך געלט פון א גוטן בוק.
דאס אליין אז זי האט פארלוירן פאקס איז שוין אליין גרויסע צרות פאר זיך, אן די אלע פראבלעמען.
עפנט די לינק און סקראלט אראפ,
http://www.huffingtonpost.com/2008/11/05/palin-didnt-know-africa-i_n_141653.html
דא איז אן אויספירליכער באריכט וויאזוי פעלין האט פאר א קורצע צייט געהאלפן אבער דאן אונטערגעברענגט דעם מעקעין קאמפיין,
http://www.cnn.com/2008/POLITICS/11/05/palin.campaign.anatomy/?iref=hpmostpop
שפיצער, ווייטער מיט דיינע נארישקייטן איבער מענטשן וואס זי האט געשלעפט.
10 טויזנט מענטשן דא און 15 טויזנט מענטשן דארט מאכן נאכנישט געווינען אן עלעקשאן.
לאמיך דיר עס מסביר זיין מיט דיין סאטמארער קאפ, וועסטו עס אביסל בעסער פארשטיין. ווען דיין רבי (ווער פון די צוויי ער איז) האט א גרויסער עולם ביי א טיש, מיינט דאס אז ער האט געווינען סאטמאר, אדער ס'מיינט אז ער האט אנגעווארעמט זיין אייגענעם עולם?
קען זיין אז אן פעלין וואלט מעקעין נאך שטארקער פארלוירן, ווייל מער רעפובליקאנער וואלטן געבליבן אינדערהיים, אבער דאס איז זיכער אז מיט פעלין האט ער נישט געווינען די דעמאקראטן און אינדעפענדענטס. אדרבא, זי האט זיי פארטריבן פון אים.
An NBC News/Wall Street Journal poll in October showed she had become a bigger drag on McCain than President Bush, with voters citing her qualifications as their primary concern.*--startclickprintexclude*
A CNN poll released last weekend showed Palin's unfavorable ratings were twice as high as when McCain picked her, and 57 percent of Americans believed she didn't have the personal qualities a president needed.
As for the future, the poll indicated that only four in 10 voters would support Palin if she chooses to run for president in 2012. But Palin's fortunes have changed before.
אזויווי די טעמע איז לכאורה נישט רעלעוואנט, ווייל איך בין גרייט אנצונעמען אז אין פאקט איז זי 'טאוסט', נאך וואס די מידיא האט איר צעמאלן, וויל איך נישט אריינגיין אין קיין לאנגע ויכוחים. כ'וועל דיר יא ענטפערן איינמאל פשוט מסביר צו זיין מיין שטעלונג.
צוערשט לאמיך דיר קלארשטעלן איין פאקט: איך בין נישט קיין פארביסענער רעפובליקאנער (איך בין זאגאר רעגיסטרירט אלס דעמאקראט, און כ'האב געשטימט פאר אבאמא אין די פריימעריס!), כאטש איך האלט זיך יא גאנץ נאנט צו דעם גרעסטן טייל פון זייער פילאזאפיע.
לענינינו, אין מיינע אויגן איז די איינציגסטע גוטע זאך וואס סטיוו שמידט האט געברענגט פארן מעקעין קאמפיין, די גאווערנאר פון אלאסקא מרס. פעילין! נאר אזויווי אלעס אין דעם צופלויגענעם מעקעין קאמפיין איז אויך דאס פארטאכלעוועט געווארן אויף א אויסטערליש מיאוס'ן אופן.
יעדער האט געוואוסט ביים אריינגיין אין די קאמפיין אז דער יאר געהער די דעמאקראטן. זשאן מעקעין איז פאקטיש געווען דער איינציגער קאנדידאט וואס האט געהאט א שטיקל שאנס צו דערגרייכן דאס אומדערגרייכבארע, אויך נאר צוליב'ן פאקט אז ביים פאלק איז ער געווען דער איינציגער פראמינענטער רעפובליקאנער וועלכער איז נישט געזען געווארן אלס בוש אליאירטער, פונקט דאס פארקערטע.
לדעתי האט סטיוו שמידט מיט זיינע צעווילדעוועטע ראוו טאקטיקן צושמעטערט מעקעינ'ס אימעדזש, דער מעקעין פון פאריאר וואלט געהאט א שאנס צו געווינען די וואלן, אבער נישט דער מעקעין פון היי יאר. אלע אנדערע פאקטארן וואס די מידיא שפילט אויף זענען נארישקייטן, דער אלטער שטארק-רעספעקטירטער מעקעין וואלט געקענט דורכשוויצן די עקאנאמיע, בוש'ס שוואכקייטן, און אלע אנדערע פראבלעמען.
צוריק צום פוינט. איך בין מודה אז אירע אינטערוויו'ס זענען געווען אויסטערליש שלעכט, און האבן מסתמא געשאדט פארן קאמפיין, אבער דאס איז געקומען פונעם פאקט אז זי איז אראפגעפאלן פון די לבנה אויף די נאציאנאלע ארענע, און איז פשוט נישט געווען גרייט צו א האסטיגע און שטארק פיינטליכע מידיא.
כ'על דיר געבן איין זייער שארפע דוגמא וואס וועט ווארפן ליכט אויף מיין טענה. ווען זי איז געפרעגט געווארן וועלכע צייטונגען זי ליינט און געשטאמלט ווי א כיתה ב' יונגל, דו האלטסט טאקע בשיטה אז זי ווייסט נישט וועלכע צייטונגען זי ליינט?! (באמת קען איך שוין מיט דיר נישט וויסן, דו גלייבסט דאך ערנסט אז זי האט געמיינט אז אפריקע איז א לאנד...).
די מידיא האט זיך ווילד געווארפן אויף איר די מינוט וואס זי איז ארויף אויף די ארענע, נאך איידער זי האט געגעבן די שאנדפולע אינטערוויו'ס. זי איז פשוט געווען פארלוירן און דערשראקן יעדעס מאל וואס זי האט זיך אראפגעזעצט מיט איינעם פון די 'שרעקעדיגע' רעפארטערס, און יעדער דורכפאל האט נאר געמאכט די קומענדיגע אינטערוויו נאך מער שרעקעדיג, ברענגענדיג פרישע טעותים און שטותים, וחוזר חלילה.
דו ברענגסט א ראי' פון אבאמא. דו ווילסט פארגלייכן עמיצן וואס גרייט זיך שוין יארן צו א נאציאנאלן פארמעסט, מיט עמיצן וואס איז אריינגעשפרינגען גראד אין הייסן טאפ, און זיך טאקע גוט אפגעבריהט?!
דער פאקט האט געוויזן אז יעדעס מאל וואס זי האט ערשיינט אויף די ארענע גוט צוגעגרייט האט זי איינגענומען די מאסן. זי איז טאקע נישט אזוי גוט געווען ווי זשאו ביידען, וועלכער האט געווינען די דעבאטע נאך איידער ס'האט זיך אפילו אנגעהויבן, אבער זי איז דירעקט ארויסגעקומען גאר פעסט און שטארק. פונקט ווי איר קנאקעדיגע רעדע ביי די קאנווענשאן.
אלע אנדערע זאכן זענען נארמאלע דורכפעלער און קריטיק וואס קומט ביי יעדן נאציאנאלן קאמפיין. ביידען האט זיך ארויסגענומען זיין חלק, מעקעין זיינס, און אפילו אבאמא האט אויך געשאנקען פאר אמעריקע איבריגע צען שטאטן, אין איין זאפטיגע ביישפיל.
במילא יא, איך זאג מיט א פול מויל אז די מידיא זענען די וועלכע האבן איר אפגעשאכטן, כאטש דער מעקעין קאמפיין נעמט ארויס זיין טייל אין איר נישט גוט פארברייטן צו די אינטערוויו'ס און דאס גלייכן. און יא, פאקס ניוס האלט אן זייער ראלע אלס מעקעינ'ס קאמפיין ווארטזאגער, וועמענ'ס "זשאב" יעצט איז אנצולייגן אלעס אויף די אומבאקאנטע פעילין ווי איידער אויף זייער צעפלויגענעם העלד (ס'דרייען זיך שוין ארום קאנספיראציעס אז מעקעין האט לכתחילה גענומען אן אומערפארענע קאנדידאטקע כדי זי זאל זיין די כפרה הינדל... וואס איז מסתמא פאלש, אבער גענוג צו ווייזן מיין פוינט).
בנוגע איר פאליטישן צוקונפט האט זי איין איינציגן שאנס לדעתי. צוריקגיין קיין אלאסקא, פארשוואונדן עטוואס פון די נאציאנאלע ארענע, לויפן אין 2010 פארן סענאט, לויפן פאר פרעזידענט אין 2016, און נאכאנאנד ארומגיין קאמפיינען פאר לאקאלע רעפובליקאנער פארמעסטן איבער אמעריקע.
איך קען באמת באשטיין איר צו זען אלס ערנסטער פאקטאר אין אמעריקאנער פאליטיק, אסאך פון אירע שטעלונגען אפעלירן צו מיר (ניין, נישט איר משוגענע רעליגיע...).
אפשר_דאך, האסט גע'הרג'עט דיין גאנצע לאנגע געמויזעכץ מיט'ן צולייגן פון אנפאנג דעם ליגנט אז דו האסט געשטימט פאר אבאמא אין די פריימערי...
איך וועל דיר זאגן קלאר, דיין גאנצע גערעדעכץ איז אזוי אמת ווי דאס אז דו האסט געשטימט פאר אבאמא.
איך גיי נישט איבערקייען זאכן וואס כ'האב שוין געשריבן איינמאל און נאכאמאל, אבער כ'זע נישט פארוואס ווען פאקס ניוס קומט און דערציילט אזא מעשה אויף זייער אייגענעם, אז זי האט נישט געוואוסט אז אפריקע איז א קאנטינענט (וואס פון זיך צוהערן אביסעלע צו איר קוקט אויס אז דאס איז גאר א קאמפלימענט), זאל איך עס נישט גלייבן.
און מען קען מיינען אז "פאקס" איז דער גרויסער חסיד פון דזשאן מעקעין אז זיי מוזן לכבוד דעם באררעדן אנדערע רעפובליקאנער, ווען באמת האבן זיי אים במשך די פריימערי נאכאנאנד באזידלט און געטשעפעט ביז ער האט זיך פארזיכערט די נאמינעשאן. יעדער ווייסט וואספארא פעך און שוועבל שאן הענעטי און אנדערע קאנסערוואטיווע שטערנס פון פאקס האבן געווארפן אין ריכטונג פון מעקעין, און איך זע נישט אז די אלע זאלן יעצט ארויסקומען און זיך אננעמען פאר פעלין און זאגן אז דאס אלעס איז ליגנט.
בקיצור, איך ברענג פאקטן וואס יעדער קען ליינען און זען איבעראל אין די מידיא, און דו ברענגסט מיר דיינע נארישע געפילן. פאקטן קעגן געפילן, אנקעטעס קעגן געפילן.
אגב, איין מענטש וועלכער איז שטארק געהאלפן געווארן פון די פעלין סומאטאכע איז פרעזידענט בוש, ווייל ער קעגן פעלין קוקט יעצט אויס ווי א וועלטס חכם.
WOW, אזוי שנעל אנגעקומען צו פערזענליכע אטאקעס. איך הייב שוין אן צו טראכטן אויב דו ארבעטסט נישט פערצופאל פאר די מידיא...
איך האב איבערגעקוקט מיינע אלטע תגובות און איך האב געטראפן
דאס, ס'איז נישט קיין בילד וויאזוי איך שטים אבער נישט ווייט דערפון:
מיינע אייגענע ווערטער:
פערזענליך האלט איך אז אבאמא וועט זיין א בעסערער פרעזידענט ווי קלינטאן, און אויב ער געווינט די נאמינאציע וועט ער גאנץ זיכער געווען די פרעזידענטשאפט.
יישר כח אפשר דאך. אבי איך האב שוין איינער וואס האט מיר איבערגענומען פאר א וויילע....
זיסקייט, ביסט צוקער זיס.. איך האב שוין נישט קיין נערווען זיך צו טענה'ן איבער די פעילן געשיכטע, מיר פארבלייבן מיט קעגנזייטיגע מיינונגען איבער דעם.
און אז די האסט שוין גערעדט איבער פרעזידענט בוש איז אינטערסאנט צו באמערקן אז די מידיאו האט אין די לעצטע פאר טאג אנגעפאנגען מיט א מאדנע זאך.
די לעצטע פאר טאג האט זיך אנגעפאנגען אפשאצונגען און ארטיקלן און אסאך צייטונגען איבער פרעזידענט בוש ווי אלע ברענגען ארויס די זעלבע פונקט אז מ'האט דעם פרעזידענט סתם אינטערגעשאצט און חוזק געמאכט פון אום פאר גארנישט און נישט.
אין פאקט - שרייבן זיי יעצט אלע - איז ער געווען זייער א גוטער פרעזידענט, און יעצט הייבן זיי אן צו באשריייבן די גוטע חלקים פון זיינע יארן.
זיסקייט, אפשר וועסטו וויסן די סיבה דערצו.
http://www.slate.com/blogs/blogs/xxfactor/archive/2008/11/06/palin-in-12.aspx?GT1=38001 הרב זיסקייט, דאס איז ציטירט ספעציעל פאר דיר:
I'm sorry, but I do not for one second believe that she did not know Africa was a continent
אפשר_דאך, ברענגסט מיר א ראי' פון איין סטופיד פרוי וואס פארענטפערט א צווייטע סטופיד פרוי.
האסט נישט געטראכט איין מינוט אז יעדע פרוי אין אמעריקע וועט זיך שפירן באליידיגט אז די צווייטע פרוי אין אמעריקע'ס היסטאריע צו לויפן אלס ווייס פרעזידענט שטעלט זיך ארויס צו זיין אזא שוטה, און שפירן פאר וויכטיג איר צו קומען דעפענדן?
פאר מיר איז אינגאנצן נישט קיין חידוש אז פעלין ווייסט נישט אז אפריקע איז א קאנטינענט. וואס ס'איז מיר יא א חידוש איז וואס כ'האב געליינט היינט אז צו ענערדזשי פארשטייט זי יא.
זי? די טיפשה? אן עקספערט אויף ענערדזשי? איך קען דאס נישט גלייבן. כ'בין זיכער אז דאס איז א וויץ.
שפיצער, אפשר די צייטונגען אויפ'ן פלאנעט מארס ווייל דא זע איך עס נישט...
איך האב עכט נישט געפלאנט צי שרייבן אין די אשכול אבער איך מיז זאגן איין זאך.
די גאנצע שקר וואס מ'זאגט אויף פעלין וועגן אפריקע איז פינקט אזויווי אבאמא ווען ער האט געזאגט אז אמעריקע האט 57 סטעיטס...אין ווער עס גלייבט נישט אז ער האט דעס געזאגט האט איך די אודיאו פין דעם.
פארוואס האט קיינער נישט גערעדט פין אבאמא ווען ער האט דעס געזאגט?
די נישט פאני john leibowitz aka stewart פארוואס מאכט ער נישט חוזק פין מילהאוס אבאמא ווען ער ווייסט נישט וויפיל שטעט עס איז דא אין אמעריקא?
איים סארי אויף מיין וועג פין שרייבן איך בין נישט קיין שרייבער...
_________________
זיסקייט, זשאסט געוואלט זיכער מאכען דו ווייסט אז די קליפ וואס דו לינקסט מאכט חוזק פון די מידיא/מקעין קעמפיין פאר חוזק מאכען פון פעלין
עס איז הוילע שטותים ווען וואלט מעקעין ווען יא געווינען וואלט מען געקענט זאגען אז זי האט אים געראטעוועט עס איז נאריש איר אראפצורייסען ווייל איר מזל איז געווען זי איז געלאפען אויף די ריפאבליקאנער טיקעט אינמיטן א רעסעשען.
מבני בניו, גאנץ אינטערעסאנט וואס דו "מיינסט", ווייל דאס איז א ליבערעל שאו וואס נעמט זיך אייביג אן פאר די מידיא און מאכט חוזק פון רעפובליקענס...
כווייס נישט אויב האסט באמערקט, אבער די לעצטע פאר טעג האבן די מידיא חברה געטשעינזט ראלעס, די רעכטע רייסען אראפ פעלין ווייל זיי ווילן פארטיידיגען מקעין און אויף איר לייג די גאנצע שולד, און די איבריגע ליבערעל מידיא נעמט זיך יעצט אן פאר פעלין - פאר די זעלבע סיבה
זיי קענען באשטיין גענצליך צו צו מאלן מקעין, אויך ווילען זיי אז די דורעכפאל זאל גיין פאר אלע רעפאבליקענס און זייער אנטי רעגעלעשעינס סיסטעם און נישט עס לאזען פאר איין דורעכגעפאלענ פאליטישען
פריער זאגסטו אז דזשאן סטוארט מאכט חוזק פון די מידיא און יעצט זאגסטו אז די מידיא איז גאר אויף די זייט פון פעלין, און ער מאכט נישט חוזק פון די מידיא.
לכאורה קענסטו נישט קיין ענגליש אדער דו פארשטייסט נישט וויאזוי די קאמעדי שאוס גייען, ווייל איך האב איבערגעקוקט דעם קליפ נאכאמאל, און נאכאמאל געזען די זעלבע זאך, ווי ער לייגט צו אויל צום פייער און מאכט גרעסער דאס ליצנות פון פעלין.
ביים סוף זאגט ער אז די אלע שמוץ האט פאקס אויסבאהאלטן און ארויסגעגעבן קעגן פעלין נאר נאכדעם וואס דער מעקעין קאמפיין האט זיך געענדיגט. ער וואונדערט זיך וואספארא שמוץ זיי טוען אויסבאהאלטן איבער די איראקער מלחמה און וועלן דאס ארויסגעבן נאר ווען די מלחמה איז פערטיג.
כמיין אז דו קענסט נישט קיין יודיש...
מידיא #1 איז פאקס ניוס וואס ארבעט מיט מקעין קאמפיין צו באשמוצן פעלין, מידיא #2 איז די ליבערעל מידיא וואס האט געשאסען ביז היינט אלעס אויף פעלין אבער יעצט דרייען זיי צוריק
און דו קוקטסט אויס ווי איינער וואס באקאנט מיט מידיא, סאו כגלייב אז דו ביסט פעמיליער מיט די איידיע פון "סארקאזם"
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, אבער דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט. אלע קאמידיענס די לעצטע פאר טעג זענען ביזי געווען חוזק מאכן פון פעלין, און דאס אז צוויי דריי פרויען זשורנאליסטן נעמען זיך אן פאר פעלין מיינט נישט אז די גאנצע מידיא נעמט זיך אן פאר איר. אדרבא, רוב פון די לינקע מידיא און בלאגס באלעקן זיך די פינגער מיט די אויפדעקונגען קעגן פעלין.
אויב קענסטו אביסל דעם רשעות'דיגן און אכזריות'דיגן שטייגער פון קאמידיענס ווייסטו אז זיי זוכן אראפצורייסן און חוזק מאכן פון אינדיווידועלע מענטשן און דאס איז זייער גרעסטער פארגעניגן, און אויב קענסטו ענגליש קענסטו דאס זען קלאר, וויאזוי דזשאן סטוארט מאכט חוזק פון פעלין אז זי האט נישט געוואוסט די אלע זאכן וואס יעדער קליין יונגל ווייסט.
און ביים סוף רייסט ער אראפ פאקס פאר'ן האלטן די אלע אינפארמאציע פאר א סוד פאר אזוי לאנג און ער טשאלענדזשט זיי ארויסצוגעבן די אינפארמאציע וואס זיי האבן איבער די איראקער מלחמה און נישט ווארטן ביז די מלחמה ענדיגט זיך.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/11/2008 20:38:24
איך ווייס באמת נישט וואס דער מעקעין קאמפיין פארדינט פון אראפרייסען פעילין.
אויב איז זי באמת אזא אומגעלוינגענע פארשוין, ווער האט געמאכט דער החלטה איר אויסצוקלייבען?
איז דאס נישט געווען מעקעין?
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 13/11/2008 7:30:15