היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נאך א סימן מקיום געווארן בעיקבתא משיחא

נאך א סימן מקיום געווארן בעיקבתא משיחא

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2511032

געווארט » 5/11/2008 05:18

מענטשן קענען שרייען וואס מען וויל מען זיין פאליטיקיל קארקעט

אבער די תורה הקדושה האט פארשאלטן "חם" עד סוף כל הדורות אז ער זאל זיין אן עבד
סאיז געווען פרעזידענט וואס האבן געטוען זיי צי באפרייען למעשה זענען זיי פארשאלטן געווארן דורך 
הרה"ק משינעוו זי"ע אין דורך הרה"ק ר' איציקיל פין פערשווארסק זי"ע אין די ביידע פרעזידענטן האבן ביטער אפגעשניטן

ע"פ תורה איז אין עבד מלך 
אין  זהר חדש שטייט אז פאר משיח וועט קומען וועט מען פאר א מלך נעמען ווער סאיז נישט ראוי דערפאר 
ס'איז נישט נאך אזא נישט ראוי דערפאר, ווי דער חמ'ס אן אייניקיל  

מיר זאל שוין אלע זוכה צי ביאת משיח צדקינו במהרה בימינו 


[בילד – נישט אפגעהיט]

 

תוקן על ידי געווארט ב- 05/11/2008 5:15:22

דוד46 » 5/11/2008 05:29

ווי עס קוקט אויס איז דאס אמעריקאנער פאלק נישט ווערד בעסערס

רבי_יונה » 5/11/2008 06:40

געווארט. הלואוי זאל משיח טאקע קומען בקרוב אמן.
אבער די פאקט קלאר: געשאלטן האט מען כנען נישט חם.

עי' אבן עזרא.

דוד46 » 5/11/2008 06:44

יא געשאלטן, נישט געשאלטן.

עס ווערט שלעכט ווען מען כאפט נאר א בליק וויאזוי די שחורים וועלן פירן דאס לאנד.

elmonsey » 5/11/2008 06:59

מיר גייט נישט אן אז א שחור פירט נאר אז אירן - רוסלאנד- טשיינע אין אלע קאמוניסטישע לענדער פרייען זיך אז אבאמא האט עס געמאכט.

רבותי האלטס שטארק אן ענקערע בערזל ווייל אבאמא גייט נאר נעמען פין ענק נאך אין נאך טעקס...

_________________

[בילד – נישט אפגעהיט]
www.rushlimbaugh.com
 
 

געווארט » 5/11/2008 07:20

ני ר' יונה

לויטן אבן עזרא איז  נאר כנען פארשלאטן געווארן אלץ עבד, שטאמט ער פין כנען אין ער האט דעם קאליר אין באלנגט צי זיין א עבד ע"פ תורה

kj2008 » 5/11/2008 07:31

וואו איז טאקע דער מקור אז אלע "שחורים" זענען פון "כנען"?

רבי_יונה » 5/11/2008 07:56

איך צי צוריק

איך האב יעצט געקוקט אביסל אין די מפרשים זעה איך אז אנדערע שרייבן יא אז אלע בני חם זענען פארשאלטן

דער דעת זקנים מבעלי תוספות ברענגט א פסוק ווי מען זעט אז אויך די בני מצרים ובני כוש זענען פארשאלטן

אויך די וואך אין רש"י זעט מען עפעס אזוי אז אברהם האט געזאגט פאר שרה מיר קומען אין מצרים אחיהם של כוש שחורים ומכוערים

אנדערע זאגן אז עבדים וועלן זיין אלע בני חם, כנען וועט זיין עבד עבדים פאר זיינע ברודערס, ד.ה. אפילו לגבי זיינע ברודער עבדים וועט ער זיין עבד

על כל פנים, נישט אזוי פשוט

ביבער » 5/11/2008 07:57

אין פסוק איז נאר כנען פארשאלטן געווארן

מלוה_מלכה » 5/11/2008 09:56

קען איינער איבערשרייבן וואס שטייט דארט אין דעם ספר? כ'אב נישט געקענט אויסליינען.

כבר היה לעולמים אז א שחורים זענען געווען מלכים. למשל מלכת שבא איז געווען א שווארצינקע פון עטיאפיע מיט א מעכטיגע מלוכה.

תוקן על ידי מלוה_מלכה ב- 05/11/2008 9:53:49

געווארט » 5/11/2008 14:08



קיינער זאגט נישט אז סקיינמאל געווען נישט קיין שווארצע פאר קיין מלך
דא רעד מען פאר ביאת משיח ווי אזוי ס'גייט אויסקוקן די וועלט, אין מער ווייניגער טרעף מיר זיך דאס פלאץ   



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/11/2008 16:13:05

13Hooper » 6/11/2008 07:04

 א יעדע 7טע אות

וַיְהִי דְבַר-יְהוָה, אֵלַי לֵאמֹר.

בֶּן-אָדָם, שִׂים פָּנֶיךָ אֶל-גּוֹג אֶרֶץ הַמָּגוֹג--נְשִׂיא,

רֹאשׁ מֶשֶׁךְ וְתֻבָל; וְהִנָּבֵא, עָלָיו.

 וְאָמַרְתָּ, כֹּה אָמַר אֲדֹנָי יְהוִה:  הִנְנִי אֵלֶיךָ, גּוֹג

נְשִׂיא, רֹאשׁ מֶשֶׁךְ וְתֻבָל

 

 

בשמחה_תמיד » 9/11/2008 16:34

ס'וואלט ראטזאם געווען אז די אלע יודעי דבר זאלן כאפן א בליק אינעם צייטונג פון די וואך, וואו הרב י.מ. סופר מיט א באלערנדן ארטיקל צושמעטערט די איינרעדענישן איבער שווארצע.

העכסט מערקווירדיג איז זיין צוצייכענען דעם אבן עזרא וואס צוטראסקעט די טעאריע כאילו שווארצע זענען פארשאלטן צו זיין קנעכט, מיט אן אייזערנע ראי' פון נמרוד, דער ערשטער קעניג נאכן דור המבול, וועלכער איז א דירעקטער אייניקל פון כוש. עיי"ש ותמצא נחת.

Ziskeit » 9/11/2008 20:10

עלמאנסי, אויב אלע וואס האבן געוואוט פאר מעקעין זענען אזוי נאלעדזשעבל ווי דו ביסט, דאן איז א גרויסער רחמנות אויף די רעפובליקאנער פארטיי.

אויף א צווייטן פלאץ שרייבסטו אז קאליפארניע גייט אפשר גיין פאר אבאמא...

דא שרייבסטו אז רוסלאנד, טשיינע און איראן, דריי קאמוניסטישע לענדער, האבן זיך געפרייט מיט אבאמא'ס זיג.

1. איראן איז אנטי-קאמוניסטיש און האט פיינט קאמוניזם פונקט אזוי ווי זי האט פיינט אמעריקע, און אפילו די דיקטאטורישע רוסלאנד איז נישט אפיציעל קאמוניסטיש.

2. אויב האט איינער זיך געפרייט מיט אבאמא'ס זיג איז עס דווקא נישט געווען רוסלאנד, וואס איז געווען די ערשטע לאנד ארויסצוקומען צו אטאקירן אבאמא, און רוסלאנד האט געזאגט אז אמעריקע קען נישט ערווארטן צופיל גוטס פון רוסלאנד אונטער אן אבאמא פרעזידענט.

מיר בלייבן ווייטער גוטע פריינד אבער פאקט בלייבט פאקט.

Ziskeit » 9/11/2008 20:23

די גאנצע מידיא איז ביזי געווען ווי נישט שיין דער רוסישער פרעזידענט האט זיך אויפגעפירט צו אבאמא ווען ער האט אים ניטאמאל דערמאנט קיין איין מאל אין זיין סטעיט אף די יוניאן דרשה, און וויאזוי א טאג נאכ'ן אבאמא זיג איז רוסלאנד ארויסגעקומען און געמאלדן אז רוסלאנד גייט ווייטער בלייבן א שונא פאר אמעריקע און וועט אויפבויען א מיסיל באזע קעגן אמעריקע.

http://www.npr.org/templates/story/story.php?storyId=96645472&ft=1&f=1004

און אז איך קוק זיך שוין יא ארום זע איך אז אפילו איראן האט רעאגירט זייער נישט שיין צו אבאמא, און די איראנער ראדיקאלן זענען זייער אומצופרידן אז אבאמא האט געווינען.
http://news.yahoo.com/s/nm/20081105/wl_nm/us_iran_usa_iraq_4

און צו מיין שטוינונג איז די מעשה מיט טשיינע נישט צופיל בעסער. די כינעזער זענען זייער נישט צופרידן פון אבאמא'ס שטרענגע פאליסי לגבי טשיינע
http://www.bloomberg.com/apps/news?pid=20601068&sid=auk7XNgr9HV8

עלמאנסי, אט אזוי קוקט מען אויס ווען מען קומט מיט נארישע רעטאריק, אנשטאט אמת'ע פאקטן.

רבי_יונה » 9/11/2008 21:04

בשמחה תמיד ווער נישט אזוי איבערגענומען פון וועלט'ס שקרן # 1 המכונה י.מ. סופר (איבער זיינע כסדר'דיגע שקרים אן אנדערסמאל, נאר יעצט וועלן מיר זיך האלטן צום ענין).

דער אבן עזרא זי"ע איז כידוע א פרשן, ער לערנט פשט אין חומש וויאזוי ער האט בדעת קדשו איינגעזען אלס פשוט פשט, און כידוע, איז ער אסאך מאל מפרש אפילו נגד חז"ל, און ער שרייבט צו אז דברי חז"ל איז בדרך דרש, און ער האלט זיך צום פשוט פשט.

דער אבן עזרא שרייבט טאקע בפירוש אזוי, אבער פון אנדערע ראשונים, ווי רש"י אין תנ"ך און דער רד"ק איז בפירוש משמע אז אלע בני חם זענען געווען אין כלל פון די קללה עבד עבדים, נישט בלויז די בני כנען. אזוי איז אויך משמע בפירוש אין מכילתא פרשת בא, עיי"ש

והשנית איבער די מעשה פון שינאווער רב זי"ע איז לא ראינו אינו ראי', אז דער פשעווארסקער רבי שליט"א האט דאס נישט געהערט איז נישט קיין ראי' אז עס איז נישט געווען. היינט האב איך געהערט אין ביהמ"ד שמועסן, איינער האט נאך געזאגט פון איינעם (איך מיין פון ר' צבי פינחס מאשקאוויטש ז"ל פון ירושלים) אז יענער האט עס געהערט בשם זקני חסידי שינאווא אין ירושלים. נישט אלע מעשיות האט רבי לייבוש שליט"א געמוזט האבן געהערט, און פון דעם איז נאך זיכער נישט קיין ראי' אז "די מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן" (כלשונו השקרית פון י.מ. סופר)


י.מ. סופר האט א רעפוטאציע פון מגלה זיין פנים בתורה שלא כהלכה, און זיכער איז א דבר מפורסם זיין געוואוינהייט פון אויסדרייען מעשיות עס זאל שטימען לפי רצונו.

מען קען זען ווי ער שטיקעלט צו דברי יואל און אנדערע ספרים צו זיין רוח, זאל עס זיין ביי אריזאנא ווייץ, ביים עירוב, ביי ווערעם אין די וואסער,. ביי יעדע ענין, אפילו ביי ציונות איז ער אויך מגלה פנים בתורה שלא כהלכה

סא ברענג מיר נישט קיין ראי' פון דעם שקרן וזייפן נורא.

נאר די קשיא ווי אזוי עס קען זיין אז איינער מנכדי בני חם זאל ווערן א קעניג, איז אויך נישט קיין קשיא, עיין בכמה ספרים, בנצי"ב ואכמ"ל



 



תוקן על ידי רבי_יונה ב- 09/11/2008 21:04:27

 



תוקן על ידי רבי_יונה ב- 09/11/2008 21:25:42

דוד46 » 9/11/2008 21:26

יונה'לע

עס וועט דיר גארנישט העלפן מיט דיינע קללות אויף יעדן וואס גייט נישט אין שפאן מיט דיין צדיק'ל.

י.מ. סופר האט א רעפוטאציע פון זיין אויסגעקאכט אין ספרי רבינו הקדוש און זיינע מאמרים ווערן געלונגען מיט דורשט דורך טויזנטער אידן יעדע וואך!

דוד46 » 9/11/2008 21:27

יא, און איך האב פארגעסן צוצוגעבן, אז אויך דער פשעווארסקער רבי שליט"א האט א רעפוטאציע פון זיין א שטארקער דייקן אין סיפורים, און ער מוז נישט האבן קיין הסכמה פון דעם היידפארק שרייבערל יונה'ע...

רבי_יונה » 9/11/2008 21:32

כא כא כא כא

דוד זיסער (יא דו ווערסט מיר שוין זיס מיט דיין זאלישע אבסעסיע וואס דערגרייכט צו א לעוועל פון סטופידיטי)

י.מ. סופר האט א רעפוטאציע פון זיין אויסגעקאכט אין ספרי רבינו הקדוש, און ווען עס פעלט אויס, קאכט ער צו אייגענע

איבער דעם פשעווארסקער רבי שליט"א קויף דיר בעסערע ברילן, ווייל קיינער שרייבט נישט אז ער מוז האבן א הסכמה. וואס ער דערציילט איז זיכער מדויק, אבער וואס ער דערציילט נישט ווייל ער האט נישט געהערט, מיינט נאכנישט אז עס האט נישט פאסירט, און זיכער נישט אויף אזוי ווייט אז מען זאל אלס דעם אויס קענען שרייבן נישט געשטויגן און נישט געפלויגן

דוד46 » 9/11/2008 22:02

טו טאקע אן אויגן גלעזער און קוק אריין אין צייטונג וועסטו זעען אז ער שרייבט אז פשעווארסקער רבי שליט"א מאכט דאס אוועק

Ziskeit » 9/11/2008 22:15

רבי חיים קניעווסקי האט געזאגט אז הורדוס המלך איז געווען א שווארצער און ער האט געקעניגט אויף ארץ ישראל.

הרב קניעווסקי האט אנגעוויזן אז הורדוס האט טאקע שלעכטס געטאן פאר אידן אבער ער האט שפעטער אויך געטאן גוטס און ער האט אויפגעבויט דעם בית המקדש.

הרב קניעווסקי האט דאן צוגעגעבן אז ס'איז נישטא וואס מורא צו האבן און אבאמא וועט נישט זיין שלעכט פאר אידן.

geheriger » 9/11/2008 22:46

יונה

דער אבן עזרא האט מחדש געווען א נייע פשט?

ווען קוקסט אריין אין חומש און רש"י בפשטות, זעסטו נישט קיין ווארט פון שעלטן חם
ווען לערנסט גמרא מיט תוס' בסנהדרין, און בעלי תוס', אלע זאגן אז  מ'האט נישט געשאלטן חם יעדער פרובירט צו פארענטפערן פארוואס נישט, צי ווייל ער איז געווען געבענטשט מהקב"ה, אדער ווייל נישט חם האט עס געטון נאר כנען, ווי ס'שטייט אין מדרש און אין פרקי דר' אליעזר.

ס'איז אמת, אז געציילטע זאגן אזא זאך אז חם האט געדארפט נכלל ווערן אין די קללה, אבער זיי זענען די וואס מוטשן זיך עס אריינצולייגן אין די פסוקים, בפשטות, איז קלאר נישט אזוי.

און דאס אז ס'דרייט זיך ארום די שינאווע מעשה בשם שינאווער רב, דארפסטו נישט קריכן צו שינאווע חסידים אין ירושלים, ס'איז ידוע בכל העולם כולו, אז שינאווער רב האט עס געזאגט, נאר, דאס איז אזא מעשה ידועה ווי אלע מעשיות אין די וועלט, וואס א געזונטער שרייבער האט ערצייגט.

מ'דארף עס בכלל אפפרעגן?
האסט א מקור דערויף?
וועם דארף מען דא אפפרעגן?

די וואס האבן געוואלט אנלייגן דעם מקור אויף ר' איציקל, אויף דעם איז ר' לייביש גענוג אפצואווענדן.

והי' בזה...




תוקן על ידי geheriger ב- 09/11/2008 22:46:40

טאטלע » 10/11/2008 00:12

יישר כח הער מנהל פארען האלטען דעם פורום גיט קלין אין גרין מיר שעצען זייער אייער ארבייט
איך האב שוין געהאט אפגעשריבען א לאנגע תגובה איך האב עס פארלוירען וועט עס זיין בקיצור
 איך האב נישט געזען זיין ארטיקעל אבער אין 1996 ווען קלינטאן איז געלאפען פאר ריעלעקשאן האט ער געהאט א ארטיקעל פארשטייט זיך מיט א אנדערע ניק ווי ער האט מברר געווען בדעת תורתו אז אידען דארפען זיין דעמאקראטען אין געוויינט מיט קרקאדיל טרערן אז די היינטיגע אינגעלייט זענען רח"ל רעפובליקאנע 
  ער זעט עס פשוט ווי להבדיל דער הייליגער אבן עזרא איז אויף זיין זייט 
 
בכלל פארשטיי איך נישט וואס ער וויל מיט זיין ארטיקעל

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/11/2008 9:30:04

דוד46 » 10/11/2008 00:24

טאטלע

אדער ביזטו א שקרן אדער איז דיין זכרון שוין אויסגעוועפט

אפשר סקענסטו אריין יענעם ארטיקל אז מען דארף שטימען פאר דעמאקראטן...


תוקן על ידי דוד46 ב- 10/11/2008 0:21:58

טאטלע » 10/11/2008 00:37

דודל איך בין א אלטע שקרן
די ארטיקעל פין 1996 איז שוין אלט איך וויס נישט צי איך קען עס נאך טרעפען איך וועל פראבירען אבער די ארטיקעל וואס איך שרייב אז ער איש מזייעף וועגען גיין מיט רויטע קליידער איז געווען פאריאר איך האב עס נאך איך וועל עס אי"ה ארויף לייגען זאל יעדער זען וואסערע מסלף ער איז 

ארגינעלער » 10/11/2008 02:08

ס'קען זיין אז ר' לייביש האט עס געזאגט !

אבער ביז ווילאנג איך הער עס נישט פין ר' לייביש
אדער פין נאך א מענטש וואס האט עס געהרט פין ר' לייביש נעם איך די מעשה נישט אן

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/11/2008 9:18:26

Ziskeit » 10/11/2008 07:08

די עקלדיגע און מיאוסע בזיון ת"ח וואס ס'קומט פאר אויף דעם פארום גייט שוין ארויס פון אלע גלייזן.

רבי מנשה פילאפ איז באמת אן ערליכער און פרומער איד אין מיינע אויגן, כאטש איך בין נישט מסכים מיט אים אלעמאל הונדערט פראצענט.

דער מנהל ווערט געבעטן צו מאכן ארדענונג דא און אויסמעקן די אלע תגובות וואס פארלעצן די תקנות, נישט צו רעדן אויף ערליכע אידן.

שפיטצער06 » 10/11/2008 17:19

זיסקייט, איך ווייס נישט וואס די ביסט אזוי ווילד געווארן.

קיינער האט נישט געשריבן אז ער איז עובר איינע פון די דריי גרעסטע עבירות, קיינער האט אום נישט געמאכט פאר קיין רשע אדער בל עבריון, סך הכל האט מען דא געשריבן אז ער איז א מענטש וואס אויף זיין ווארט קען מען נישט בויען. און איך גלייב אז די ביסט ביי די זעלבע מיינונג.

און אגב פארלעצט נישט דא קיינער די תקנות, עכ"פ אין דער אשכול, בכלל האט קיינער נישט געשריבן זיין עכטער נאמען, נאר זיין פענע נאמען.

ר' מנשה פילאפף קען אפשר זיין א תלמוד חכם, אבער ער האט א קרומער מיינונג אין עטליכע זאכן, דאס מאכט אום פאר א קרומער מענטש. ער בויעט נאר אלעס אריין אין אידישקייט.

Ziskeit » 10/11/2008 17:34

פאר א נאר ווייזט מען נישט א האלבן ארבעט.

דער מנהל האט שוין אויסגעמעקט די דברי בזיון.

דוד46 » 10/11/2008 18:08

הרב הגאון רבי מנשה שליט"א דארף נישט מיין הסכמה און אודאי נישט דא אויף היידפארק.

עס ווייזט נאר ווי קליינקעפיק עס זענען די פאָר אהרונימליך וואס האבן נאר איין ציל, צו אטאקירן יעדן וואס איז נישט איינשטימיג מיט זייער צדיק'ל.

שפיטצער06 » 10/11/2008 20:45

Ziskeit כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

פאר א נאר ווייזט מען נישט א האלבן ארבעט.



פאר מיר אויך נישט...

האקאבו » 11/11/2008 03:06

Ziskeit כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי מנשה פילאפ איז באמת אן ערליכער און פרומער איד אין מיינע אויגן, כאטש איך בין נישט מסכים מיט אים אלעמאל הונדערט פראצענט. 



טאמיר מנשה סילוף הייסט היינטיגע צייטן א ערילכע יוד, איז דאס גרעסטע סימן אויף עיקבתא דמישחא,

פינטל  

majyar718 » 14/12/2008 07:35

לגבי די אטאקע אין מומבעי...דער עולם שמועסט עפעס פון א זוהר הקדוש אין פרשת בלק...יעדער פרעגט און זוכט וואס ווען ווי...לייג איך ארויף וואס כ'האב געטראפען לגבי דעם ענין.

_____________________________________________________________________________

 

Zohar: Parshat Balak
"דרך כוכב מיעקב":

Zohar HaKadosh: Mumbai and Moshiach

שכינתא תהך ותהדר לגבי משה, שבעין יומין. לסוף שבעין יומין, סליק נאקו דישראל לקמי מלכא קדישא, דיהון מעיקין לון בכל סטרין דעלמא. וכנישתא חדא לצד דרומא יתאביד ויתחריב. וחמשה זכאי קשוט יתקטלון בינייהו:
The Divine Spirit will go and return to Moshe (Rabenu, zs'kl) for 70 days. At the end of the 70 days, the pain of Am Israel will ascend to the Holy King. One Synagogue in the South will be destroyed and lost and five true Tzaddikim will be amongst the dead.

כדין לסוף תלתין ותרין יומין דיקטלון לכנישתא ההיא, ילבש קב"ה קנאה לההוא שופר זעירא. וההוא משיח בריה דאפרים, יפרוש פרישא כחד תור דקרנוי סלקין כקרנוי דראם:

At the end of the 32 days since the murder of the people in that Synagogue, HKB'H will put on a garment of outrage to the little Shofar (the Kingdom) and Moshiach ben Efraim will spread, like a ram whose horns go upwards.

וההוא שופר זעירא, יתקע תרועה תקיעה ותרועה, תלת זמנין בריש טורא כמלקדמין, כדין נטלין דגלין דההוא משיח, ויפול רעשא על עלמא, באינון קלין דשופרא. וכל אינון בני עלמא ישמעון ויחמון. כמד"א, כל יושבי תבל ושוכני ארץ כנשוא נס הרים תראו וכתקוע שופר תשמעו

And the little Shofar (the Kingdom) will blow Tru'a Tekia Tru'a 3 times and a tremendeous noise will descend on the world from the blowing of the Shofar and the whole world will see and hear.

וכדין יתבערון גלולין מן ארעא קדישא. ותלת קרבין יעבדון בני ישמעאל בהדי משיח דא. ואינון ייתון ויסגדון למארי עלמא בטורא דקודשא בירושלים. ואילין קרבין יהון באלף שתיתאה

The Sitra Achra (impurities) will be completely wiped from the Holy Land and Yishmael will make 3 wars with Moshiach. And they will come and bow down to the Master of the Universe in Yerushalayim, and the wars will be in the sixth millenium.

The terrorists attacked and murdered the Kedoshim in Mumbai on Wednesday night, November 26, Cheshvan 29.

70 days prior to November 26 was Wednesday, September 17, 2008 - the day the stock market plunged 449 points and Islamist militants attacked the US embassy in the Yemeni capital Sanaa.

THIRTY TWO days after the Kedoshim were murdered, HI'D, in the Mumbai attack comes out on the 8th night of Chanuka.