היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אמעריקא: פרעזידענט וואלן ריזעלטאטן

אמעריקא: פרעזידענט וואלן ריזעלטאטן

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2511010

רבי_יונה » 5/11/2008 02:19

רבותי וויסט איינער שוין נייעס, ווער האט היינט געווינען?

מיין פרעדיקשאן אז אבאמא געווינט שטארק.

איינער האט נאך נייעס?

רבי_יונה » 5/11/2008 02:28

John McCain wins Kentucky, while Barack Obama takes Vermont as first results start rolling in

אפשר_דאך » 5/11/2008 02:32

דראדזש האט פריער געהאט עקסיט פאולס אז אבאמא איז 15 פוינטס העכער אין פענסילוועניע. יעצט שוין אראפגענומען.

אויב איז עס ריכטיג האט עס אבאמא גאנץ זיכער.

רבי_יונה » 5/11/2008 02:36

VIRGINIA קוקט אויך אויס אז מעקעין האט עס געמאכט.

רבי_יונה » 5/11/2008 02:46

7:45 MCCAIN 512,172 OBAMA 486,922

_________________

אפשר_דאך » 5/11/2008 02:46

א וויכטיגער פונקט וואס מ'דארף נעמען אין באטראכט איז די ריזיגע צאל פון פריע וויילער. די דאזיגע שטימען וועלן נישט אפגעשפיגלט ווערן אין די עקזיט פאולס.

דערווייל האט די מידיא זיך גאנץ גוט איינגעהאלטן אין ארויסגעבן די עקזיט פאול רעזולטאטן, אבער ס'איז פונקט גענוג די באריכטן וועלכע 'געבן' די אדער יענע סטעיט פאר איינעם פון די קאנדידאטן צו באאיינפלוסן די וויילער אין סטעיטס וואו מ'קען נאך שטימען.

ביבער » 5/11/2008 02:46

רבי_יונה » 5/11/2008 03:04

דערווייל קוקט אויס אז מעקעין איז אויף געהאקטע צרות אין פלארידא און אין אהייא.

http://abcnews.go.com/politics/elections/?category=Ohio

דוד46 » 5/11/2008 04:03

דיק מאריס זאגט, אז דאס איז שוין קלאר אז די פאולס זענען גענצליך דורכגעפאלן אין זייערע פרעדיקשענס, אזוי אויך די עקזיט פאולס.

פארשטייט זיך אז ער זאגט אז אבאמא קען עס נאך מאכן אבער מיט א שמאלע מערהייט.


http://www.newsmax.com/insidecover/morris_polls_wrong/2008/11/04/147723.html

דוד46 » 5/11/2008 04:05

אויך זאגט מאריס אז די "ברעדלי עפעקט" איז זיכער געווען אין די עקזיט פאולס, ווי אבאמא האט באקומען א 5-10 פראצענט מער ווי עס איז למעשה געווען.

http://www.newsmax.com/insidecover/morris_bradley_effect/2008/11/04/147733.html

רעכטער » 5/11/2008 04:26

מקעין קען שוין געבן זיין קאנצעסיע רעדע, פאקס געבט אהייא פאר אבאמא

דוד46 » 5/11/2008 04:29

ווי עס קוקט אויס איז ער א קלארער פארלירן לויט פאקס

ברוך דיין האמת...

רעכטער » 5/11/2008 05:15

ביי די דעמאקראטן וועט די שמחה נישט קענען זיין אינגאנצן, מיטש מעקאנעל האט געוואונען ווידערערווילונג.

elmonsey » 5/11/2008 05:56

אויב אבאמא גייט באקימען קאליפארניע איז אלעס דערנאך פאר מעקעין

_________________

[בילד – נישט אפגעהיט]
www.rushlimbaugh.com
 
 

רעכטער » 5/11/2008 06:07

10-4

רעכטער » 5/11/2008 06:09

די דעמאקרטן האבן שוין צובאקומען 4 זיצן אין סענאט, 7 אין קאנגרעס.

רעכטער » 5/11/2008 06:13

יעצט האלט עס שוין 5 סענאט זיצן.

רבי_יונה » 5/11/2008 08:05

עס קוקט אויס א מעקין האט נאך א דזענס צו געווינען Missouri די חילוק איצט איז אינגאנצען 11 טויזנט שטימען.

אפשר וועט עס אים נאך העלפן...

Ziskeit » 5/11/2008 21:22

עלמאנסי האט געשריבן:

"אויב אבאמא גייט באקימען קאליפארניע איז אלעס דערנאך פאר מעקעין"

"אויב", הא?

עלמאנסי, לויט דעם סטעיטמענט קוקט אויס אז דו דארפסט שטיין אין א זייט און נישט קאמענטן איבער פאליטיק.

דערמאנסט מיך פון יענעם חבר מיינעם, וואס קאלט מיך אן דינסטאג מיט א גרויסע שמחה אז ער האט געזען פוירסט הענד אז אבאמא פארלירט.

פרעג איך אים, וואס הייסט?

זאגט ער אז ער איז געווען אין הארלעם און ער האט געזען אז דער אבאמא קאמפיין איז זייער שוואך ארגאניזירט, זיי ברענגען נישט געהעריג ארויס דעם עולם וואוטן, און אויב אבאמא פארלירט ניו יארק דעמאלט איז ער פארטיג...

דאס לעצטע מאל וואס א רעפובליקאנער האט "געחלומט" צו געווינען קאליפארניע אדער ניו יארק ביסטו מסתמא נאכנישט געווען רעגיסטרירט צו וואוטן.