וכבוד גדול עשו לו במותו!
די לוי' איז געווען ארום 11 אזייגער ביי ביהמ"ד גאלאנטע ווי דער נפטר האט געדאווענט אינדערוואכן נעבן זיין הויז, ווי עס האבן מספיד געווען אדמו"ר מגאלאנטע, און איינער פון די מתפללים.
דערנאך איז עס געגאנגען קיין ראדני - ארום 11.45 - ווי עס האבן מספיד געווען עטליכע מספידים, צווישן זיי לאנדסבערגער רב, קאשויער רב, רב דביהמ"ד ויואל משה מאנסי, און נאך, ווי אויך דער זון פונעם נפטר און 2 איידימער, ווי אויך איינער פון די קינדער פון די אלמנה.
דערנאך - בערך 1 אזייגער - איז די לוי' געגאנגען צופיס ביז צום ביהמ"ד הגדול אויף הופפער סט. - ווי דער נפטר האט מנדב געווען א חלק הארי פונעם היכל התורה - תהילת יהוסף לע"נ אביו ז"ל - ווי עס האט מספיד געווען בדמעות שליש הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א
פון דארט איז די לוי' געפארן קיין קרית יואל, אינטערוועגנס איז מען דורך געפארן מאנסי ווי עס האט מלוה געווען אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי עם קביצה מבני קהילתו.
אין קרית יואל פארנט פון ביהמ"ד הגדול - ארום 3 אזייגער - האט מספיד געווען אדמו"ר מקאסוב-א קרוב, און דערנאך האט מספיד געווען כ"ק אדמו"ר שליט"א.
אויפן פעלד האבן זיך געזעגנט די איבעריגע קינדער בעת ער איז געקומען למנוחתו אויפן ביה"ח אין קרית יואל
זכרונו לברכה!
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 04/11/2008 17:29:53