היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » די בעסטע וועג נאכצופאלגן מארגן די וואלן

די בעסטע וועג נאכצופאלגן מארגן די וואלן

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2510322

אפשר_דאך » 4/11/2008 01:04

יעדער מידיא קוואל זוכט אויפצוקומען מיט אנדערע פארשלאגן וויאזוי צו וויסן אין די פריע נאכט שעה'ן בערך וואו דער ווינט בלאזט, בעסער געזאגט, וויסן אויב דער ווינט בלאזט נאך...

דראדזש פרובירט שוין אנצושרעקן אז דער עלעקטארעל סיסטעם אין אמעריקע איז נישט גרייט אויפצונעמען די ערווארטעטע ריזן צאל וויילער.

כ'האב געטראפן עמיצן וואס קוקט מיר אויס אז ער שטעלט אוועק דעם בעסטן וועג צו וויסן גאנץ פרי בערך דעם אויסקום פון די וואלן, ס'וועט פאדערן אביסל ארבעט נאכצוגיין די לאקאלע וואלן פון די דאזיגע ערטער אבער פאר ווער ס'וועט זיצן מארגן צוגעשמידט צום סקרין און כסדר דריקן "ריפרעש" גייענדיג פון איין סייט צו די אנדערע וועט לכאורה זיין פיל גרינגער און באקוועמער צו גיין אין זיינע פיס טריט:

http://www.npr.org/templates/story/story.php?storyId=96508960&ft=1&f=1014

דוד46 » 4/11/2008 01:14

איך האב עס נעכטן ארויפגעלייגט אויף א צווייטן אשכול דא אין פורום, און איך לייג עס נאכאמאל ארויף דא, ווייל דאס ווייזט זייער געניט ווען מען וועט לכאורה קענען וויסן ווער ער האט עס געמאכט.
[בילד – נישט אפגעהיט]

אפשר_דאך » 5/11/2008 00:16

כ'האב הנאה געהאט צו זען היינט ווי עטליכע גרויסע נייעס קוועלער האבן אנגעצייכנט דעם אויבנדערמאנטן זייטל פון טאם אליפאנט אלס ריכטיגער באראמעטער...

וועלן מיר באלד געוואויר ווערן ווי גערעכט ער איז געווען.

אפשר_דאך » 5/11/2008 02:50

אויב די אויבנדערמאנטע שאצונג איז גערעכט איז אבאמא א שטארקער געווינער.

די יעצטיגע רעזולטאטן ווייזן א דאבל דיזשיטס זיג פאר אבאמא אין "וויגא קאונטי" אינדיאנא.