מ'קען עס דאונלאודן פון דא
http://www.divshare.com/download/5737697-f7a
דוד זייער פיין דער עולם זאגט תהלים זאג נאר הושענא רבה ביי די דרשה זאגען זיי אויכעט תהלים אדער דעמאלט עסט מען א פיינע סעודה צי שמחת תורה ביינאכט ביי די הקפות זאגען זיי אויך תהלים אדער דעמאלט שלאפען זיי
נעקסטע יאר וועט מען זיך עמיערצאהאשעם אנייצע געבן.
1) מ'וועט מאכן די סעודה אין די ריזיגע סוכה אויף ראדני דארט ווי מ'מאכט יעדן חוהמ"ד מיטאג).
2) מ'וועט געבן פיינע האלעבטשעס (געפילטע קרויט).
3) מ'וועט אנצינדן קנאקעדיגע מוזיק אז מ'זאל עס ביז מוירטל.
4) מ'וועט אויפהערן זינגען די דרופאשנע ניגונים, און אנשטאט דעם וועט דער פיקטשער רעבע קלאטשען און שפרינגען פינקט ווי ביים נילעס האכאג...
|
באמת טענה'ט מען זיך דא אויף הוילע שטותים, ווייל לויט וויפיל שטריימעך ס'איז געווען מיטל נאכט ביי די "געהויבענע" הקפות אין ראדני גלייב איך אז זלמן לייב וואלט זיך געוואונטשן צו האבן כאטש א פערטל וויפיל טליתים מען זעט אויפן בילד פון תשס"ט.
אבער יעצט צום ענין, איך - ווי נאך הונדערטער אידן - וואוינענדיג אויסער די שטאט קום איך יעדע יאר הושענא רבה נאר צו די דרשה, מען דארף נישט זין קיין חכם צו זען אז די בילדער פון תשס"ח איז בשעת די דרשה, מען זעט ווי יעדער שטייט אויף איין פלאץ, לעומת זה די בילד פון תשס"ט איז ביי די הושענות נאך די דרשה.
יעצט בשעת די דרשה - איך צייל נישט קיין קעפ אבער - מען האט געזען דעם זעלבן בילד א פול געפאקט ביהמ"ד קיעה"ר, ווען נישט מען האט דאס יאר איבערגעמאכט די ווייבער שול מיט אלע אנדערע זאכן וואס מען האט געלייגט האלץ דערויף וואלט איך נישט געזען קיין חילוק צו סאיז פון דאס יאר אדער פאר א יאר.
נאך די דרשה ווען איך בין געגאנגען אין מקוה לכבוד יו"ט האב איך געזען קיעה"ר וויפיל מניניםהאבן זיך געשטעלט צו ענדיגן שנעלער די הושענות, פשוט אידן האבן שטובער מיט קינדער און נישט יעדער קען מיטהאלטן אזא יו"ט במילואו.
יעצט אויף ראדני לאמיר זאגן אז ס'איז מסתם א בילד פון א שעה פארן זמן ווען מען האט געענדיגט דארט דאוענען, אולי לאמיר פרעגן דוד 46 ער איז דאך אוודאי דארט געווען, אינאיינוועגס וועט ער אונז זאגן וואס זלמן לייב האט געטייטשט אויף הושענא ציון המציונת