היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » Obama? Mccain? וואס טיט א איד?

Obama? Mccain? וואס טיט א איד?

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2509805

קונצען » 3/11/2008 08:44

Rabbi Yehuda Levin calls on Jews to unite and say Tehillim to ensure
that Obama is defeated in this weeks election. "An Obama win is a
Sakana for Klal Yisroel", Rabbi Levin told YWN in an exclusive video
interview.

Click on the following link to watch the video.
http://www.theyeshivaworld.com/news/General+News/25286/VIDEO:+YWN+Interviews+Rabbi+Yehuda+Levin+About+Election+2008.html

Ziskeit » 3/11/2008 18:24

איך גיי שטימען פאר אבאמא, און איך וועל אויך זיין צופרידן אויב מעקעין וועט געווינען.

ביידע זענען גוטע קאנדידאטן, ביידע זענען גוט צו אידן. הערטס אויף מיט די קראנקע היסטעריע.

majyar718 » 3/11/2008 19:38

זיסקייט וואס ער טרייט צו זאגען איז אז ס'איז א שאלה פון מסייע לעוברי עבירה.
אויב וואוט מען פאר לינקע ליבעראלען שטיצט מען גילו עריות און שפיכת דמים.
איטס דעט סימפעל.
 

elmonsey » 3/11/2008 19:38

סעדער » 3/11/2008 21:48

הערט אייך נישט צו צו דעם ציוני מיט זיינע פארקרימטע טענות!

די דעמאקראטן וועלן געווינען, ווי רוב אמעריקע וויל און איך אויך!

הערשעל » 3/11/2008 23:10

מ'האט שוין אמאל דא געשריבן אז אבאמא וועט זיין בעסער פאר יעדן אדער כמעט יעדע איד, אויסער די רייכע וואס מאכן מער ווי א פערטל מיליאן דאלער ווי אונזער מאנסי'ער קאלעגע און זיינס גלייכן.

גאסט » 3/11/2008 23:17

ס'איז דא א מהרש"א, (איך געדענק נישט יעצט דעם מראה מקום, איך וועל עס בל"נ נאכקוקען אן אנדערס מאל) אז אויב די אידישע קינדער וועלן נישט געבן גענוג צדקה, מאכט דער באשעפער אז די מלכות זאל עס צונעמען פון זיי, און די מלכות גיט עס פאר די ארימעלייט (ס'קען זיין אז ס'איז נישט פונקטליך ווי איך שרייב דא, ווייל איך האב דאס געזעהן די לעצטע מאל פאר 15 יאר צוריק, אבער בערך אזוי זאגט ער)

גאסט » 3/11/2008 23:20

באקומען פון איינעם

Oib m'davent MCCAIN efsher PALIN az der aibeshter zol nisht BIDEN der president far A'BHAIMA !!!!

דוד46 » 4/11/2008 00:07

אפילו אבאמא קומט נישט אריין וועלן אחב"י אויך האבן די קומענדיגע יאר פון די ממתקים, ווייל די דעמאקראטן וועלן גענוג ברייט קאנטראלירן ביידע הייזער, אז אפילו א רעפובליקאנער פרעזידענט וועט עס נישט קענען שטערן.


און דער פארדינסט וועט זיין אז נישט איין פארטיי זאל קאנטראלירן אלעס אין וואשינגטאן.

בשמחה_תמיד » 4/11/2008 00:36

שוין די העכסטע צייט זיך אויפהערן נאריש צו מאכן. די וועלט גייט נישט אונטער ווען אבאמא ווערט פרעזידענט.

Ziskeit » 4/11/2008 01:12

באקומען אין אימעיל:

השבוע (לך-לך) נקרא בהפטרה, בישעיהו מ"א.
בפסוק ד' כתב הנביא:
"מי פעל ועשה, קרא הדרות מראש, אני הוי"ה ראשון, ואת אחרנים אני הוא".
ראו פלא: "מי פעל ועשה" בגימטריה – 611 – "יעל ברק חאוסיין אובמה".
איפה הוא יעלה?
ראו את המשך הכתוב: ק'רא ה'דורות מ'ראש א'ני י' – ראשי תיבות "אמריקה".
לאמור מהפך באמריקה (- הר"ת אינו לפי הסדר) וברק אובמא יעלה לנשיאות.
באיזה תאריך זה יתרחש?
כפי המרומז בהמשך הפסוק: "ואת אחרנים אני הוא". ביום ו' (- האות ו' הוא רק חיבור למילה "את"), לחודש השמיני (- ר"ת של: א'ת א'חרנים א'ני ה'וא = 8) הוא חודש מרחשוון.
 
(מפי ת"ח מופלג)

דוד46 » 4/11/2008 01:22

פאר די אינטערעסן פון אידן איז יא צו שטימען פאר אבאמא, בפרט אין ניו יארק ווי עס מאכט סייווי נישט אויס אז מען שטימט פאר מקעין, ווייל אבאמא וועט עס סייווי געווינען אין די סטעיט,

אבער פאר די אינטערעסן פון אידן איז גוט אז מען שטימט פאר אבאמא, ווייל אין די חרדישע געגענטער וועט זיך עס אנזען ביי די רעזולטאטן אז די אידן האבן געשטימט קעגן אים, אויב וועט ער פארלירן.