היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » די הייליגע טיימס... ביים נועם השטריק עמי בבית... ! היינט !

די הייליגע טיימס... ביים נועם השטריק עמי בבית... ! היינט !

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2509678

רבי_יונה » 2/11/2008 22:59

די בילד איז פון היינט.

מ'זעט דאס אזוי יעדן  פרימארגן ליגן דארט, ביז די שטריקעס טראגן עס אריין אל הקודש פנימה...

[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_יונה » 2/11/2008 23:03

נאכדעם האט שמואל קאמפאוט, ליפי קרויס און שלמה יודל מאשקעוויטש גאנצע באראטונגען וויאזוי מ'קען פראבירן איינרעדן די קינדער אז דער שטריק'ל זייערס איז אויף א גאנצע נאכט און האקט שטיקער...

זענען די חכמי כעלעם אויפגעקומען מיט א געניאלן געדאנק...  מ'וועט לאזן די עלעקטער אנגעצידן א גאנצע נאכט, און  מ'וועט פארקויפן פאר די יונגלעך אז דער רבי שלאפט נישט משבת לשבת אין בעט....

ער שלאפט טאקע נישט... ווייל דער טיימס איז ליידער צו דיק... און אויב  האט ער באוויזן אפצוליינען ברענגט אים ר' יעקב בערעלע די פאוסט (פאר קאמפאוט) אלס א באנוס...

רבי_יונה » 2/11/2008 23:16

דער חכם הארזים ליפי קרויס האט פריער אנגערופן דעם טייימס אז דער גרענד ראביי האט זיי געמאכט מורא'דיגע פובליסיטי, און דער גרענד רעביי בעט דערפאר 3 זאכן. זייער דרינגענד: 

1) אלס באצאלונג, דארף דער טיימס זיי שטיקן דעם פעיפר יעדן טאג אומזיסט...

2) מהיום ולהאה זאל די TINES טוישן די קאליר פון די בעג, צו א פשוט'ע בעג פון די סאטמאר  בוטשער 82 ליע עוועניו... וואס די גרענד ראביי וועט זיי צושטעלן. כדי נישט יעדער זאל קענען כאפן בילדער און חלילה מטמא זיין די יוגענט...

3) אויך האט מען געלייגט א שטרענגע פארארדענונג, אז פון היינט און ווייטער, וועט די TIMES מוזן קאלן איידער זיי ווארפען אראפ דאס הייליג פעקל... כדי דער משב"ק זאל עס שוין אפנעמען, און עס זאל זיך חלילה נישט דרייען דארט כדומן על פני השדה...

אויב וועט דער TIMES נישט איינהאלטן איינע פון די תנאים, וועט מען זאפארט סוויטשען אינגאנצן צו די POST, אן קיין טענות ומענות.

דוד46 » 2/11/2008 23:26

באקומען אין אישית פון obama 2040:

דער לוזער יונה האט זיך דערמאנט. דאס שפיל פון די אהרונים צו שיקן דעם טיימס צום הויז פון סאטמארער רבי'ן שליט"א האלט שוין אן א לענגערע צייט.

יעדעס מאל נאכדעם וואס מען שטעלט עס אפ, איז נאך א 2-3 וואכען הייבט זיך עס אן, עודך.

די שוטים מיינען נעבעך אז זיי טוען אפ פאר איינעם, אויסער וואס זיי צאלן איין געלט...

יונה: keep up your good work... 

טאטלע » 2/11/2008 23:35

דוד מקען עס טאקע נישט אפשטעלען נעבעך שעפעלע                          אפשר האט נידערמאן א גיטע עצה ער קען עס זיכער ארלעדיגען  

רבי_יונה » 2/11/2008 23:39

מ'דארף קיינעם נישט שיקן... דער נועם השטריק מאכט עס אליינס.

וויאזוי קען מען זיך איבערצייגן... א גרינגע עצה...

פון היינט און ווייטער, וועט דער טיימס אוועקגענומען ווערן תיכף ווי עס קומט אן !

רבי_יונה » 2/11/2008 23:41

איינער האט פריער אנגעקלאט שמואל קאומפאוט און אים געגעבן 2 גוטע עצות:

1) לייג ביימעלעך.
2) לייג אריין א קאפי פון א טשעק אין דער איד....
און דער ליידאק קען ווייטער אפפוסטעווען זיינע יארן מיט'ן טיימס און פאוסט.

ארגינעלער » 2/11/2008 23:43

באקומען אין אישית פון קאמפוט2009:

פון היינט און ווייטער גייט מען אריינלייגן אינעם האריגן תפילין בייטל פונעם רבי'ן, און קיינער וועט גארנישט פארדעכטיגן מער.

ארגינעלער » 3/11/2008 00:50

קיש וואלי האט היינט געזאגט ביי גרינ'ס רעסטעראנט אז ער האט גרויס הנאה פין די בילד
ווייל ער האט געוואלט אז הגז"ל זאל נאר ליינען דעם טיימס
אין נישט דעם ניו יארק פאוסט

בלומבערג » 3/11/2008 05:09

גאנץ א גוט שטיקל פין די אהרונים צי באשטעלן דעם טיימס פאר מהרז"ל

אין די פארגאנגאנע וואך ציען זיי ארויף א סיין ביי עפעס א פרעמדע פארזאמלנוג ( פין די אבאמא קאמפיין )  איך זע די אהרונים שלאפן נישט

הבדלה_מנין » 3/11/2008 06:06

דער בירך משה זצ"ל איז געווען א טעגליכער ליינער פון דעם ניו יארק טיימס ווען ער האט נאך געוואוינט אין בארא פארק.

נאנטע פארציילן אז ווען ער פלעגט ענדיגען ליינען דעם טיימס פלעגן די עלטסטע צוויי זין דאס איבערנעמען. ר' ליפא פלעגט עס דורכליינען און ר' אהרן פלעגט קוקן די פיקטשערס!

 

רבי_יונה » 3/11/2008 06:14

סא קיוט, הבדלה, ביזט שוין אריבער אין א נייע חדר? ווי זוי הייסט דיין נייע רבי?

bp11219 » 3/11/2008 08:35

סאיז טאקע נישט קיין גרויסע סוד אז די ברך משה פלעגט לייענען דעם טיימס און הערן ראדיא. יעדער וואס האט געוואוינט אין בארא פארק האט דאס געקענט זעהן, און לויט וויפיל איך האב פארשטאנען האט ער אפילו נישט געמאכט קיין גרויסע סוד דערפון וויבאלד ער איז געווען א פשוטער איד וואס האט נישט געזוכט צו ווערן רבי און האט דערפאר אויך נישט געזוכט צו איינרעדן די גאנצע שטאט אז ער איז א צדיק וכדו'.

מ'זאגט אז איינער האט אמאל געפרעגט ר' אהרן אלס בחור, היתכן ער לייענט דעם טיימס האט ער געענטפערט בלשון קדשו "איך לייען דעם טיימס?? חס ושלום!! איך קוק נאר די בילדער......"