היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » "כל העולם כולו" פרעזידענט אנקעטע

"כל העולם כולו" פרעזידענט אנקעטע

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2508239

דוד46 » 31/10/2008 01:10

די גולשים ווערן מכובד צו זאגן א מיינונג ווער וועט אריינקומען אלס קומענדיגער פרעזידענט, מיט וויפיל פראצענט, וויפיל עלעקטארעלס, און צו וועמען ער איז גענויגט. תוקן על ידי - דוד46 - 31/10/2008 1:10:05

שפיטצער06 » 31/10/2008 01:16

מיט וויפיל ניקס מעג איך שטימען?...

דוד46 » 31/10/2008 01:17

מיט אזויפיל וויפיל דו שטימסט אין וואוטינג בוט...

פאפיטעס » 31/10/2008 03:30

א מוראדיגע פאול..

פאטאקי08 » 31/10/2008 04:02

א טיי 269 קעגן 269

האקאבו » 31/10/2008 04:05

דוד דאכט זיך אז פריער האסטו ארום געדרשנט אויף א אנדערע אשכול ווי מצילייגט די באגאבונדען אין די לוזערס פון די "אזויגעריפענע" וומ"ס משתלטים שלום דייטש [מיט די סעלפאון] אין מ. ד. נעידער-מאן [טרינקט א קאווע שטייעדיג]. נו ווי ביזטו אהער געקומען ??? האסט אלעס אזוי פלוצים איבער געלאזט? מוועט נאך מיינען אז די ביזט א טשיקען אין די זיכסט צו פארדרייען די אומבאטעמטע אנגעווייטאגטע  שמועס [קענסט צוריק קומען מיט אצווייטע ניק אויך דאס מאל] 

kj2008 » 31/10/2008 04:45

איך האלט אז אבאמא וועט געווינען שטארק, איך טראכט נישט צו וואויטן פאר קיינעם פון זיי.

שפיטצער06 » 31/10/2008 16:02

kj2008, איך בין נישט איינשטימיג מיט דיר, "אויב" אבאמא וועט געווינען, וועט ער דאס זיכער נישט געווינען "שטארק".

די אנקעטע'ס ווערן וואס א טאג פאראויס צו די וואלן שמעלער און שמעלער. מקעין הייבט זיך יעצט אין פענסעלוועניע, ווי ער האט א מעגליכקייט אוועקצונעמען א שטאט מיט 21 עלעקטראל'ס וואס איז געגאנגען די לעצטע פאר מאל פאר די דעמאקראטן.

דער אויסגאנג פון די וואלן גייט זיין גאר א שמאלער, ליבי אומר לי אז עס גייט נאך אנקומען אין געריכט, אדער עכ"פ דינסטאג נאכט וועט מען נאכנישט וויסן קיין זיכערער געווינער.

אויף זיכער קען מען גארנישט זאגן, פונקט ווי בעיס באל קען מען קיין פאליטק אויך נישט פארזאגן.

ימים ידבירו.

יחזקאלאברה » 31/10/2008 20:08

דוד, ענקערע וואלען און פאולס פאר קהל יטב לב האבען בערך דעם פנים ווי דעם פאול!

רעכטער » 31/10/2008 20:30

איך האלט די זעלבע ווי שפיטצער, א שמאלע געווינס פאר אבאמא, און מען קען גארנישט פאראויס זאגן.

מיין פרעדיקשאן. קומענדיגע וואך וועל איך מעגליך טוישן מיין מיינד.

עלעקטארעלס:
אבאמא 291
מקעין 247

נאציאנאל:
אבאמא 50%
מקעין 49%

סענאט:
דעמאקראטן וועלן צובאקומען 5 זיצן.

קאנגרעס:
דעמאקראטן וועלן צובאקומען 20-25 זיצן.

איך האלט נישט אז מען קען פאראויס זאגן, נאר אויב איינס פון מיינע שאצונגען וועלן זיך ארויסשטעלן  צו זיין ריכטיג וועל איך קענען זאגן "קוק, איך האב געוויסט"...

מיין סאורס:
ראבערט נאוועק
http://www.humanevents.com/article.php?id=29267
.

אפשר_דאך » 31/10/2008 20:53

הרב kj2008, צוויי פראגן:

1) אבאמא וועט געווינען שטארק, עלעקטארעל אדער אין ציפערן?

2) דו גייסט נישט שטימען ווייל דו האלטסט פון קיינעם, אדער ווייל דו ווילסט גיין פאר מעקעין און דיין שטימע וועט במילא נישט דעצידירן אין ניו יארק?

bp11219 » 2/11/2008 16:12

איך הער אז דראדזש פלאנט ארויפצולייגן דעם אנקעטע אויף זיין סייט, און געבן א 4688 ליעד פאר מעקעין...

דוד46 » 2/11/2008 21:03

לויט די IBD וואס איז געווען די אקוראטסטע פאול אין 2004 פרעזידענט וואלן האט מקעין באוויזן צו וואקסן, און ער שטייט בלויז 2.1 פראצענט אונטער אבאמא. און 8.7 זענען אומבאשלאסן!

לויט דעם פאול האבן אינדעפענדענט זיך צוריקגעדרייט צו מקעין נאכן שפאנען צו אבאמא.

http://www.ibdeditorials.com/series13.aspx?src=POLLTOPN



תוקן על ידי דוד46 ב- 02/11/2008 21:00:59

דוד46 » 2/11/2008 22:49

דא איז א מאפע וויאזוי מען וועט וויסן אין די עלעקשן נאכט ווער עס איז דער געווינער
[בילד – נישט אפגעהיט]