היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אבאמאס דריי מיליאן דאלער עד

אבאמאס דריי מיליאן דאלער עד

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2508219

פנחס_מיילך » 31/10/2008 00:12

לויט די מידיא האט זיך אבאמאס דריי מיליאן דאלער גוט באצאלט, כמעט 35 מיליאן האוזהאלדס האבן געוואטשט אבאמאס שאו, און זיי זאגען אז סהאט געהאט א מעכטיגע עפעקט אויף די ענד פון די רעיס

וועמיר זען

part 1
http://uk.youtube.com/watch?v=2fsLWa9TO9g&feature=related 

part 2
http://uk.youtube.com/watch?v=rSXj18cW1gk&feature=related

part 3
http://uk.youtube.com/watch?v=Bm1bVZ1DJ9I&feature=iv&annotation_id=event_820508

part 4
http://uk.youtube.com/watch?v=6so_y4Udxc0&feature=related

אפשר_דאך » 31/10/2008 02:28

ס'איז דא א ערנסטע מחלוקה אין די מידיא וויפיל פאמיליעס האבן דאס מיטגעהאלטן, אבער אין מיינע אויגן וועט עס נישט צופיל ווירקן אויף דעם אויסגאנג פון די וואלן. די איינציגע עכטע אויפטו דערפון איז געווען אז ס'האט אוועקגענומען דעם שמועס פונעם מעקעין קאמפיין, ווייניגסטנס פון די שמוץ זייערע.

אויפן עצם "אינפארמעישאל" איז פאראן חילוקי דיעות אין די מידיא צי ס'איז געווען גוט צי נישט. איך האלט אז די טיילן פון די פאמיליעס זענען געווען ר-י-ז-י-ג, אבער דארט וואו מ'זעט אבאמא זעלבסט שטעלט עס אים אראפ צו אראגאנט, בפרט מיט דעם ווייסן-הויז-אויסזעענדן צימער, וואס שטיצט מעקעינ'ס טענה אז אבאמא נעמט די וואלן אלס פארמאליטעט, און פארשטארקט אונטערן באוואוסטזיין דעם 'עליטיסט' געשטאלט וואס מעקעין וויל ארויפשמירן אויף אבאמא.

פנחס_מיילך » 31/10/2008 02:55

די לינק וואס דו ברענגסט איז פאקס ניוז, אויב דו שרייסט אז יעדער איז בייעסט פאר אבאמא, זענען זיי בייעסט פאר מקעין
איין מיסטעיק האב איך יא געמאכט, סהאט געקאסט פיר מיליאן, נישט דריי

עניהאו, פארוואס זאגסטו אז סוועט נישט עפעקטן די עלעקשען? תוקן על ידי - פנחס_מיילך - 31/10/2008 3:05:41

_________________