די הייליגע צייטונג ידיעות אחרונות און דער הייליגער צייטונג דער איד שווים זה לזה
קוקטס נאר צו וועמען בעלזא גייט
לא בחינם הלך הזרזיר אלצ העורב אלא.........[בילד – נישט אפגעהיט]
________________
תוקן על ידי בעלזער1 ב- 30/10/2008 21:15:55
________________
תוקן על ידי בעלזער1 ב- 30/10/2008 21:15:55
פארוואס האבן ענק נישט געמאכט דער נאמען ''בעלזא'' אלץ Copyright אזויווי א ''טרעידמארק''?
אזוי אז קיינער אנדערש זאל נישט קענען נוצן דער נאמען.
הרב לאנדסמאן פליז שיק מיר אריין דיין טעלעפאן נאמבער ווייל אונזערע ראשי הקהילה
ווילן זיך מיט דיר אדורך שמועסן צו וועם זיי מעגן האבן טענות און צו וועם נישט....
במחילת כבודך ביסט טאקע דער מנהל פונעם פורום עכ"פ אזוי פירסטו זיך אויף,
אבער די מוזט נישט טאנצן ווייל איך האב מרמז געווען עפעס א ווארט אנטקעגן
דיין הויכגעשעצטן צייטונג דער איד וואס איז שוין פונלאנג באוואוסט אלץ א נוהג כבוד
מיט יעדן ערליכן איד ודי בזה...
יעצט חסידות איז נישט קיין טרעיד מארק {אפשר ביי דיין רעבין הגז"ל ט"ב יא } און בעלז זיכער נישט
און יעדע אינגל פארשטייט אז די מחלוקת איז נישט נאר איבער דעם נאמען,
אז מען בויעט זיך א קהילה נאך פיל יארן פון האראוואניע קום זיך נישט אהן
אין א שיינעם טאג און זאג הע איך בין די קאמפעני און מיר קומט זיך אלע רעכטן
צו שנארן און פאמפען אויף רעכטס און לינקס און וויינען ווי דער קוזק הנגזל
היי דו האסט אסאך געלט דער תירוץ איז גוט פאר--
הנהלת העדה - שוש מלא וצוות עורכי ידיעות אחרונות - משה פריעדמאן ושותפו' בדער איד...
א יעדער הערליכער און רעכט דענקנדער מענטש פארשטייט אנדערש ווי דיר
נ.ב. סוועט ענק מילא גארנישט העלפן ווייל
בעלז איז געווען בעלז איז
און ב ע ל ז וועט זיין
תוקן על ידי בעלזער1 ב- 31/10/2008 1:13:58
בעלזער, מיר זעט אויס אז דו ביסט דער וואס טאנצט...
איך בין נישט דער מנהל הפורום, און איך האב גארנישט מיט ''דער איד'', און איך בין נישט קיין סאטמארע.
איך האב נאר אויסגעדרוקט מיין פערזענליכע מיינונג.
און וואס הייסט אז די מחלוקת איז נישט נאר איבער דעם נאמען? פון די אויבערשטע בריוו וואס דו האסט דא געלייגט, זעט מען קלאר אז די בעלזער ווילן נישט אז די מחניווקא זאלן נוצן די נאמען ''בעלזא''.
און ווי ווייט איך פארשטיי, קומען נישט די מכניווקא זאגן אז זיי זענען בעלזא און פאר זיי קומען זיך אלע רעכטן, והראיה, אז זיי רופן זיך ''בעלזא-מכנובקא'', און נישט נאר ''בעלזא''.
זעה איך נישט קיין אנדערע סיבה פארוואס ס'זאל זיין א מחלוקת.
טאמער ס'איז נישט דער עיקר וועגן דער נאמען, איז פארוואס זענטס עטץ נישט צוקריגט מיט אנדערע חצירות...
און לויט די געזעצן פון נעמען, האט דאך שוין משה אויבנדערמאנט, אז מיט א שינו הניכר מעג מען.
און ביסט גערעכט וואס דו שרייבסט צום סוף, בעלז וועט טאקע בלייבן אן אימפעריע, און איך האב גארנישט אקעגן בעלז, אזויווי איך האב גארנישט קעגן מחנובקא, אדער ווי זיי רופן זיך ''בעלז-מחנובקא''.
כ'האב געהערט פון אן אלטן פוילישן איד
אז ס'איז געווען א שטאט בעלץ
א שטאט פול מיט משכילים און אויפגעקלערטע
און די ליד גייט ארויף אויף דיזע שטאט נישט אויף בעלז קדוש וואס
וועט זיין א ווינקל פון און יראת שמים ביז משיח וועט קומען
מייַן שטעטעלע בעלץ
אַז איך טו מיר דערמאָנען
מייַנע קינדערשע יאָרן,
פּונקט ווי אין אַ חלום
זעט דאָס מיר אויס.
ווי זעט אויס דאָס הייזעלע,
וואָס האָט אַמאָל געגלאַנצט,
צי וואַקסט נאָך דאָס ביימעלע,
וואָס איך האָב פֿאַרפֿלאַנצט?
רעפֿ:
אוי, אוי אוי בעלץ, מייַן שטעטעלע בעלץ,
מייַן היימעלע, וווּ איך האָב
מייַנע קינדערשע יאָרן פֿארבראַכט.
בעלץ, מייַן שטעטעלע בעלץ,
אין אָרעמען שטיבעלע,
מיט אַלע קינדערלעך דאָרט געלאַכט.
אוי, יעדן שבת פֿלעג איך לויפֿן
מיט אַלע ייִנגעלעך צוגלייַך
צו זיצן אונטער דעם גרינעם ביימעלע,
לייענען בייַ דעם טייַך,
אוי אוי אוי בעלץ,
מייַן שטעטעלע בעלץ,
מייַן היימעלע וווּ כ´האָב געהאַט
די שיינע חלומות אַ סך.
דאָס שטיבל איז אַלט,
באַוואַקסן מיט מאָך
דאָס שטיבל איז אַלט,
אין פֿענצטער קיין גלאָז
דאָס שטיבל איז אַלט,
צעבויגן די ווענט,
איך וואָלט שוין זיכער
דאָס ווידער ניט דערקענט
*-- newpp limit report Preprocessor node count: 32/1000000 Post-expand include size: 0/2048000 bytes Template argument size: 0/2048000 bytes Expensive parser function count: 0/500 **-- Saved in parser cache with key yiwikisource:pcache:idhash:57-0!1!0!!yi!2 and timestamp 20081029005223 *
ס'שטימט נישט, די ניגון איז בעלז מיט א ז'.
און איבעראל איז באוואוסט אז דער ניגון איז אויף דער שטאט בעלז.
וואס דו שרייבסט דא איז א חידוש.