נעבעך..
געטראפען א נייע וועג צו זוכען אטענשאן
איך האב מורא דער נחום איז גערעכט.
ער האט געזאגט אין זיין געזעגענען דרשה אז מען סטראשעט אים מיט א ביקס, ווער ווייסט, די מאלעסטערס איז טאקע ידם על העליונה.
פארוואס האבן זיי כאטש אים נישט גענצליך אונטערגעברענגט און שלום על ישראל?
נע, ס'איז הוילע דמיונות.
עס קומט מיר פאר ווי די מעשה וואס די פרוי האט זיך אריינגעקריצט א אות B אין איר קאפ צו מאכן העדליינס אין די מקעין-אבאמא קאמפיין, זאגענדיג אז א שווארצער גנב האט איר דאס געטוען וויבאלד זי ארבייט פאר די מקעין קאמפיין.
מיין מיינוג איז אז אויב נחום ווערט געשאסן וואלט עס געווארן באריכטעט אין אלע צייטונגען, שוין אפגערעדט פון "וואסיזנייעס".
ווען איינער קומט מיט א רעוואלווער און שיסט איז דאס א נייעס, עס מאכט נישט קיין סענס אז א קליינער אידישער בלאג פון עטליכע אייגענע אידישע רעפארטער זאלן זיין די איינציגע צו באריכטן אזא נייעס.
ווי איז די פאליציי? האט איר שוין אמאל געזעהן א נייעס פון א שאטינג און עס שטייט נישט ערגעץ אין דערמיט "לויט ווי די פאליציי גיט איבער איז בלא בלא בלא..." ווילסט מיר זאגן אז נחום האט נישט געריפן קיין פאליציי? אין לאנדאן ווען מ'האט אום נאכגעשריגן האט ער געריפן, אין ניו יארק נישט?
דער עדיטאר פון די אויבערדערמאנטע לינק/בלאג לייגט צו דערנאך:
EDITORS NOTE: Nuchem was on the Dov Hikind Show Last Motza Shabbos and Didn't Mention a word
איר האלט אז אויב האט די מעשה א שמץ של אמת וואלט ער נישט גערעדט כאטשיג א האלבע שעה דערוועגן ביי די הייקינד שאו?
די בילד פון אום האט ער אליין געמאכט פון זיך ביי זיך אין זיין הויז, לויט ווי מ'זעהט וויאזוי ער האלט זיין האנט בשעתן בילד האט ער געלייגט א קעמרע קעגן זיך און אליינס געכאפט דאס בילד. דו"ק ותשכח.
דאס אליין אז די מעשה קומט פון נחום איז שוין מיין ראי' אז די מעשה איז שקר..
נעבעך נעבעך..
איצט וועט ער שוין אינגאנצען א משוגענער...
האט עס עפעס צוטון מיט די שיסעריי אין נוארק, ניו דזשורסי?...
און וואס האט ער געזוכט דארט?
פוסטע מעשיות
ער האט זיך פרייטיג געדרייט אין וויליאמסבורג אנגעטאן מיטן רוסישן קושטמע, און זיין פויערישן דזשעקעט
רעדענדיג מיט אום אין גרין'ס רעסטוראנט זאגט ער מיר אז עס איז געשעהן ביי בעדפארד קארנער בערי... איר קענט מיר אנצייגן ווי זיי קומען זיך צוזאם???..
ער דערציילט אז א קאר איז אום דורכגעפארן און ארויסגעשאסן אויף אום, פון וואס ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד. און ער צייגט מיר זיין צייכן אויף די שטערן, א שטארקער באל.
ער טענה'ט אז די פאליס האט אנגעהויבן אן אינוועסטיגעשאן, אבער נאך צוויי טאג וואס ער האט נישט געקענט אנווייזן וועם זיי זאלן נאכגיין האבן זיי דאס איבערגעלאזט. לויט אום מאכט די פאליס אן אינוועסטיגעשאן נאר אויב ער האט עפעס סאספעקט'ס אויף וועמען אנציוויייזן.
ער קלעימט אז דאס איז די "משמרת הצניעות" דא אין וויליאמסבורג.
א פרייליכן פורים.