היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דראזש האלט אלעמען געשפאנט און נערוועז מיט זיין מאדנעם קעפל

דראזש האלט אלעמען געשפאנט און נערוועז מיט זיין מאדנעם קעפל

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2506137

Ziskeit » 28/10/2008 06:57

ABCCBSNBCNYTLATWSJCNN
MSNBCAPREUTERSAFPPOLITCO
FTTIMEWASHPOSTNEWSWEEK:
CAN THEY ALL BE WRONG?

אלע ליבעראלע און קאנסערוואטיווע בלאגס זענען פארנומען דאס צו באהאנדלען.

Ziskeit » 28/10/2008 06:59

ס'מוז זיין איינס פון די צוויי:

אדער גרייט זיך דראדזש צו באריכטן א שטוינענדן פאול אז מעקעין איז פאראויס

אדער האט דראדזש שלום געמאכט מיט'ן מציאות און אויפגעגעבן

וואס האלט דער עולם?

Ziskeit » 28/10/2008 07:02

אט אזוי קוקט אויס דראדזש יעצט 12 אזייגער ביינאכט
[בילד – נישט אפגעהיט]

מבקש_האמת » 28/10/2008 07:04

איך מיין אז ער וויל סתם חוזק מאכן אז יעדער אין די MSM איז פאר אבאמא

געדאנקען » 28/10/2008 14:26

די בלאגס זענען פארנומען מיט דעם נארישען קעפעל?

לכאורה סתם הייפ, אנצוציען אז מעקעין קען עס (נישט) נאך מאכן.

bp11219 » 28/10/2008 18:47

איך זעה אז ס'איז געלינקט צו אן ארטיקל דורך מייקל מעלאן.

אגב, זייער א שיינע ארטיקל, וואו ער רעדט זיך אפ איבער די פארשטינקענע מידיא בייעס.

אפשר_דאך » 29/10/2008 14:20

דראדזש איז טאטאל אראפ פון די רעלסן.

כמעט יעדן צופרי פון די לעצטע וואך האט ער א העדליין אינעם זין פון: "שאק, [...] פאול ווייזט אז אבאמא איז נאר 2-3 פוינטס העכער".

וויפיל מאל ווערט ער געשאקט פון די זעלבע נייעס?

bp11219 » 29/10/2008 15:10

ער ווערט נישט געשאקט.... ער פרובירט צו שאקן די ליבעראלע אבער זעהן אויס אז זיי זענען DOA...

רעכטער » 29/10/2008 16:34

איך האלט גראדע אז ער מאכט גאנץ א פיינעם דזשאב, די ערגסטע זאך וואס קען זיין פאר דזשאן מקעין איז, אז ריפובליקאנער וועלן בלייבן אינדערהיים קומענדיגן דינסטאג, נאכן זעהן אז מקעין גייט עס סייווי נישט מאכן.

די מידיא פרובירט אויף אלע אופנים צו מאכן דעם פארמעסט "אווער", אבער ער האקט שטיקער.

הערשעל » 29/10/2008 16:46

מעקעין טוט אפשר א גוטע זאך מיטן נישט אויפגעבן, אבער ער גייט עס ממילא נישט מאכן איז א שאד אז ער שלאגט זיך איבער די סטעיטס וואס ער חלומט אז ער וועט קענען צונעמען פון אבאמא'ן ווען ער קען ווען אויסנוצן די צייט און גיין צו שטעט וואס ער וואלט געקענט ארויסהעלפן סענאט און קאנגרעס קאנדידאטן.

רעכטער » 29/10/2008 17:01

איך מיין אז די זאלסט טאקע אנרופען ריק דעיוויס און אים איינמעלדן דיין גוטע איינפאל...

לויט דיר וואלט ער ווען א יאר צוריק אויך געברויכט גיין קאמפיינען פאר רודי דזשוליאני.

ChiefRabbi » 29/10/2008 17:06

Be careful what you wish for דער זעלבער דראדזש האט ביי די פריימעריס אזוי העפטיג פראפעגאנדירט פאר אבאמא קעגן הילערי

רעכטער » 30/10/2008 18:05

קארל ראוו בעט זיך בתחנונים אז מען זאל נישט קוקן אויף די אנקעטעס.

http://online.wsj.com/article/SB122533149619882883.html

וויאזוי האט נאר יענער געזאגט? אויב די פאולס זענען נישט אמת, וועט עס זיין אמת.