היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » ברעקינג! אראבער איינגענומען דעם כותל.

ברעקינג! אראבער איינגענומען דעם כותל.

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2505914

שפיטצער06 » 27/10/2008 22:03

איך האב געהערט א גוטן וויץ פאריגע וואך פון א גוטער איד, איך קען זיך נישט דערמאנען וואס דאס איז געווען. ס'איז זיכער אז עס איז געווען א גוט'ס, אבער פארט איז מיר דאס ארויסגעפלויגן פון קאפ, גיי ווייס ווי.

אין אנדערע נייעס:
א 16 יעריגער בחור'ל האט היינט געלייגט תפילין מיט א געבארגטע תפילין פון זיינס א חבר, נישט וויסענדיג אז יענער איז א געלינקטער. ווען איז געקומען צום של ראש איז ער שוין געוען אזוי צומישט אז ער געברויכט צוקומען צו באטייטענדע אנווייזונגען פון שכינים ארום.



הא לן והא להו.

לאנדסמאן » 27/10/2008 22:07

זאג נאר, דו האסט נישט עפעס בעסערס וואס צו טוהן?

שפיטצער06 » 27/10/2008 22:27

זאג, די אלע אנדערע נייעס'ער דא און די אלע שמוציגע מעשיות קוקט דיר אויס בעסער?

לאנדסמאן » 27/10/2008 22:29

איז פארוואס דארפסטו צולייגן?

ס'איז גענוג וואס זיי מאכן.

מאך עס נישט ערגער.

שפיטצער06 » 27/10/2008 22:57

עני אפדעיט??

שפיטצער06 » 27/10/2008 23:03

איינער זאגט מיר יעצט אז ס'איז שטותים, איינער ווייסט מער פונקטליך?

שפיטצער06 » 27/10/2008 23:43

די נייעס מיט די תפילין איז זיכער קראנט!

לאנדסמאן » 27/10/2008 23:44

די פאקט וואס די סאטמארע זענען איז זיכער קראנט!