היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » באמבע! אבאמא איז לכאורה א באהאלטענער קאמוניסט!

באמבע! אבאמא איז לכאורה א באהאלטענער קאמוניסט!

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2505372

אפשר_דאך » 27/10/2008 07:26

ס'קוקט אויס אז דער אקטאבער סורפרייז איז ענדליך אנגעקומען.

דראדזש האט ארויפגעלייגט א לינק צו א אוידיו אויף יו טוב וואו אבאמא דיסוקסירט אין 2001 וויאזוי מ'קען ברענגען אין אמעריקע עקאנאמישער טויש צו "רע-דיסטריביוטן" די עקאנאמישע סוקסעסן! אויסטערליש ענליך צום זאץ וואס ער האט זיך ארויסגעכאפט צו זשאו דער פלאמבער.

דער דורכשניטליכער צוהערער וועט דערטרונקען ווערן אין די פראפעסארישע געזעץ שפראך פון אבאמא, און ס'איז זיכער אז דער אבאמא קאמפיין וועט ארבעטן מיט אלע כוחות צו פארדרייען דעם באדייט, אבער פשטות שטעלט זיך ארויס אז אבאמא גלייכט קאמוניזם - ווייניגסטנ'ס סאציאליזם. און זיין ענטפער צום פלאמבער איז גארנישט קיין פליטת פה.

תוקן על ידי אפשר_דאך ב- 27/10/2008 7:22:51

דוד46 » 27/10/2008 17:23

די שאלה איז נאר צו עס איז נאכנישט שפעט פאר מקעין צו בענעפיטירן דערפון

לעבעדיגער » 27/10/2008 17:42

ס'וועט אום קיין סאך נישט שאטן. ווען א רעפארטער האט אום איבערגעפרעגט לעצטענס אויב ער האלט זיך נאך צו דאס וואס ער האט געזאגט פארן פלאמער האט ער גענטפערט אז יא. ער פארעכנט דאס בכלל נישט אלס א פליטת פה.

רעכטער » 27/10/2008 19:25

וויבאלד ער פארעכנט עס נישט ווי א פליטת פה מיינט נאך נישט אז ס'איז נישט געווען א פליטה, ווען ער זאל ווען טראכטן 2 מאל פאר ער רעדט וואלט ער דאס קיינמאל נישט געזאגט.

ער וויל נישט צוריק ציען וויבאלד ער וויל נישט נאך מער אויפבלאזן דעם סקאנדאל.

מיר געפעלט נאר וויאזוי אלע מידיא אגענטורן פרובירן צו מאכן א שווייג דערפון אדער עטליסט רעדן דאס ווייניגסטע, א חוץ פאקס ניוס וואס האט דאס אויף די העדליינס.

אפשר_דאך » 27/10/2008 22:05

אקוראט ווי פארגעזאגט, פרובירט דער אבאמא קאמפיין עס אפצעווארפן אלס פראפעסארישער רעטאריק וואס 'ווערט שלעכט פארשטאנען'.

ס'איז ממש אומגלויבליך וויאזוי די מידיא וואגט זיך צו פארווישן אזא מעכטיגע נייעס, און זיי האבן נאך די העזה זיך אנצוגעבן אלס אביעקטיוו. לכאורה וועט עס אבער היינט נאכט און מארגן יא היפש דאמינירן די נייעס נאך וואס מעקעין זעלבסט האט זיך באצויגן דערצו אין א קאמפיין אויפטריט.

אבער ווי מ'האט דא געשריבן איז עס לכאורה צו שפעט אמת'דיג צו העלפן פאר מעקעין, וועלכער איז צו ווייט אראפ, בפרט אין די ערטער וואו מ'האלט שוין פעסט אינמיטן שטימען. אבאמא'ס האלבע פריים טיים שעה דעם מיטוואך וועט נאכמער העלפן פארוואסערן די קאנטראווערסיע פון דעם אויפטריט.

ונזכה ונחיה ונראה.

דוד46 » 27/10/2008 22:16

די ליבעראלן זענען גרייט חרוב צו מאכן דאס לאנד אבי אבאמא זאל אריינקומען

Ziskeit » 28/10/2008 00:50

משוגעים, ווערט נישט היסטעריש.

מען גייט קיינעם גארנישט טאן.

עס קומט נישט קיין האלאקאסט און מען גייט קיינעם נישט צונעמען זיין געלט.

איך פלאן צו שטימען פאר אבאמא נאר צוליב די אלע נארישקייטן וועלכע איך ליין זיך צוזאם אין דעם פארום.

פאליטיק איז א ספארט, און ווער ס'נעמט עס ערנסט דארף זיך גיין אונטערזוכן.

רעכטער » 28/10/2008 01:26

א שאד טאקע אז ס'איז דא אזא זאך ווי הייד פארק, ווען נישט הייד פארק וואלט ווען מקעין געהאט א שטימע מער, שוין וואס קענען מיר טאן.

גערעכט טאקע אז פאליטיק איז א ספארט, אבער אין פאקט איז עס אויך נוגע פאר יעדען וויפיל טעקס ער גייט צאלן. בכלל, פאליסיס פון א פרעזידענט קען האבן א יארן-לאנגע עפעקט.

מעגליך מיינסטו צו זאגן אז אונזער וואוט וועט נישט אויסמאכן? אויף דעם געב איך דיר גערעכט.

האקאבו » 28/10/2008 01:34

 מען האט ביי קלינטאן די זעלבע נער'שקייטן גערעדט סאיז א שאד די מיה

ער גייט זיין א פיינע פרעזידענט אין די יודין וועלן זיך מחי' זיין מיט אימען, אין איך מיין טאקע די וואס נעמען די פוד סטעמפס אין די מעדיקעד זיי וועלן מאכן א לעבן אינטער די אבאמא פאליסעס

Ziskeit » 28/10/2008 01:57

האקאבאו זיסער, דאס גענוי האב איך געמיינט.

אבאמא גייט נישט הרג'ענען קיין אידן. אויב עפעס וועלן מיר אלע מאכן א לעבן (חוץ די פלאמבערס צווישן אונז, ווייל זיי זענען דאך רייך...) פוד סטעמפס, מעדיקעיד, סעקשאן 8, און - והעולה על כולנה - טעקס קאטס פאר אלע ארעמע וואס צאלן נישט קיין טעקסעס.

עס קומען גוטע צייטן.

און רעכטער, נישט נאר מיין שטימע גייט גארנישט אויסמאכן נאר די שטימעס פון גאנץ יהדות ניו יארק גייען נישט אויסמאכן, מיר וואוינען אין ניו יארק פאר קרייאינג אוט לאוד, די סטעיט וואס האט געשטימט פאר'ן דעמאקראטישן קאנדידאט אפילו ווען אלע (היינטיגע) ליבעראלע סטעיטס האבן געשטיט פאר'ן רעפובליקאנער קאנדידאט.

חברה, הערטס אביסל ווייניגער שאן הענעטי, ליינטס אביסל ווייניגער די נארישע אינטערנעט פראפאגאנדע און זייטס פרייליך און צופרידן, צי אבאמא געווינט אדער ער פארלירט.

האקאבו » 28/10/2008 02:12

זיסקינד נישט דיך האב איך געמיינט (ווען איך קען געב איך דיר א קניפ אין בעקל)

ווען אבאמא וואלט ווען געווען פרעזידענט די לעצטע אכט וואלטן ווייניגער יודען געזעצן אין תפיסות
ווייל ליידער זיצן אזויפיל יודען יעצט אין תפיסה וואס דאס אלעס איז צי פארדאנקען די בוש/ עשקראפט פאלסיס פין די לעצטע אכט אז מען דארף זיך אנעמען פאר די רייכע
זיצן יונגעלייטלך אין בחורים אין פלוידערן שטותים מיט הבל אין נעמען זיך אן פאר די מעכטיגע רעפאבליקנער גבירים ווי גלייך זיי קוקן אויך אינזער זייט

פאטאקי08 » 28/10/2008 02:44

זיסקייט
האקאבו

עטס זענטס ביידע גוט

אפשר_דאך » 28/10/2008 03:25

איך האב זיך באצויגן אויסשליסליך צו די פאליטישע זייט פון די באמבאסטישע אויפדעקונג, וואס וואלט בשנים כתיקונם געווארן די העדליינס פון יעדע איינציגע מידיא אוטלעט, נאר יעצט ווען די מידיא מוז אריינברענגען אבאמא ווערט עס דערשטיקט מיט אלע כוחות.

בנוגע דעם ריכטונג פון לאנד, אלס איד גלויב איך אין "לב מלכים ושרים ביד השם", פונקט ווי איך גלויב אז יעדער מענטש האט אן אייגענע בחירה. פערזענליך בין איך בכלל נישט איבערצייגט אז קאמוניזם, ריכטיגער געזאגט סאציאליזם, איז ווירקליך אזוי שלעכט! - ווען זי איז באגרעניצט בלויז צו די עקאנאמיע, און ביז א געוויסן פונקט.

איבער די טעמעס איז תלוי וועמען מ'פרעגט. דעם דורכשניטליכן איד וואלט געווענליך נישט אנגעגאנגען די שטייער פאליסי פונעם פרעזידענט, ער וואלט נאר געוואלט וויסן איבער די הילף פראגראמען וואס די רעגירונג וועט צושטעלן, און דערפאר זענען רוב היימישע אידן געווען גענויגט צו דעמאקראטן. אבער פאר יעדן וואס מאכט מער ווי ברויט אויף הויזן יא שטארק נוגע די שטייערן פאליסיס, און ביי אידישע קינדער וואו צדקה איז אין שפיץ פון די היימישע עקאנאמיע איז שטארק וויכטיג צו וויסן פונקטליך וואס דער פרעזידענט פלאנט צו טון מיט אונזער געלט.

לדעתי איז דאס די הויפט סיבה פארוואס דער היימישער עולם איז לעצטנס געווארן מער רעפובליקאנער געשטימט. דער מציאות אין לעבן האט זיך פשוט געטוישט פון סעקשאן 8 צו ריעל עסטעיט בראוקער, וד"ל.

אין כמעט אלע אנדערע פאליסיס בין איך פערזענליך דוקא שטארק איינשטימיג מיט אבאמא, ספעציעל איבער ענערגיע.

איין זאך וואס איך בין באזארגט איז זיין שטעלונג איבער איראק, וואו דאס אריינגיין אין מלחמה איז טאקע געווען א פאטאלער טעות איבער וואס בוש וועט צעמאלן ווערן אין די היסטאריע, אבער אונטער די אומשטענדן האלט איך אז דאס 'אנטלויפן' פון דארט וועט ווערן אומריכטיג אויסגעטייטשט ווי אמעריקאנער שוואכקייט (ווער עס האט גוט צוגעהערט כאסאן נאסאראללא'ס רעדע צוויי יאר צוריק בעפאר די צווייטע לבנון מלחמה איבער די "שפין וועב" וועט פארשטיין וואס איך מיין, כאטש ער האט גערעדט פון מדינת ישראל).

תוקן על ידי - אפשר_דאך - 28/10/2008 3:25:40

_________________

elmonsey » 28/10/2008 04:08

זיסקייט די גייסט מאכן א לעבן אויף מיין חשבון מיין טעקסאס גייען ארויפגיין ווייל איך בין נישט אזוי קליג ווי די אנדערע שווינדלערס וואס עס דרייט זיך ביי די אידען ליידער

_________________

[בילד – נישט אפגעהיט]
www.rushlimbaugh.com
 
 

אפשר_דאך » 28/10/2008 05:39

אגב, וואלט איך געוואלט צולייגן אז די דעמאקראטישע קריטיק אז דראדזש און פאקס ניוס פארדרייען עטוואס אבאמא'ס ווערטער איז ריכטיג און אויסגעהאלטן, אבער עס מינערט גארנישט פון דעם דראמאטישן אפעקט פון די אומגליקליכע ווערטער.

דראדזש שרייבט אז אבאמא זאגט אז ס'איז 'א טראגעדיע אז די געריכטן האבן נישט איינגעשטעלט דאס רע-דיסטריביוטן פון רייכטום און עקאנאמישער יוסטיץ'. פאקטיש נוצט אבאמא דעם אויסדרוק "טראגעדיע" אויף גאר אן אנדערע טעמע [פארוואס מארטין לוטער קינג האט נישט גענוצט די לאקאלע און פעדעראלע לעגיסלאטורן - און יא, אויך "קאמיוניטי ארגאניזעישאנס"... - אריינצוברענגען א טויש אינעם סיסטעם, און אלעס געלאזט פאר די געריכטן].

פארט נעמט דאס גארנישט אוועק פונעם פאקט אז אבאמא איז א באהאלטענער קאמוניסט (אפשר נישט גענצליכער מארקסיסט, אבער נאך אלץ אויסטערליש לינק), וואס מיט א בליק אויף צוריק קען די דאזיגע אודיאו טעיפ זיין די דעצידירנדע פאקטאר פון די וואלן (זיסע חלומות...).

האקאבו » 28/10/2008 05:54

סאפט ענק צי זארגן איבער די אויסגאנג פין איראק
אין איך בעט  די יונגלייט זאלן זיך נישט זארגן איבער די גרויסע דעפציטן פין די רעגירנוג
איך רייס מיך פאר גלעכטער צי הערן ווי יונגעלייטלך בארדארס וואס ווייסן נישט ווען די ברית איז
אבער זיי באדערט די גרויסע חובות פין אמעריקע

שוטים

אינז דארף מיר חתונה תקונות
אינז דארף מיר פוד סטעמפס,מעדיקעד,וועלפיר,סעקשאן 8,
זאל מען טעקסן די רייכע ביז איבערן קאפ הא קעריס העכטסנעס וועלן די גרויסע אויל קאמפניס מאכן ווייניגער געלט 

זאל די ווייסע קראגען ארבעטער נישט ווערן אזוי הארב באשטראפט יא יא   
אין די קלינטאן יארן איז געווען א מחי'

Ziskeit » 28/10/2008 06:28

עלמאנסי, איך קען דיך נישט, אבער דאס לעצטע מאל וואס כ'געדענק, האסטו געשריבן דא אויף היידפארק אז דו ביסט א טעקסי דרייווער (ווען דו האסט געטראגן מענטשן צו די וואלן ביי די סקול באורד עלעקשאנס.)

נו, אויב ביסט טעקסי דרייווער, ביסטו גאנץ זיכער רייך און פארדינסט א מיליאן דאלאר א יאר,  אלזא, אלס רייכער מאן מעגסטו צאלן העכערע טעקסעס...

איך וויל מען זאל לאוערן די טעקסעס פאר 95 פראצענט פונעם חרדי'שן אידנטום, וועלכע פארדינען נישט אזעלכע גרויסע געלטער - אזוי ווי אבאמא זאגט צו.

איר קענט שרייען קאמוניסט, מארקסיסט, איך לאך זיך אויס. ס'איז מיר גרינגער אז די גאווערמענט זאל אייך אלע אויסהאלטן, ווי אז איך זאל דארפן לויפן יעדן צווייטן דריטן טאג צו א דרינגנדן טיי אוונט פאר א היימישן איד, וואס ברעכט זיך אונטער די לאסט פון די חרוב'ע עקאנאמיע.

און אגב זע איך נישט אז די דעמאקראטישע עקאנאמישע פאליסיס זאלן זיין שלעכט פאר אמעריקע. אדרבא, קוקטס צוריק אין די היסטארי וועט איר זען אז אלעמאל זייט הואווער'ס צייטן איז די עקאנאמי געגאנגען גוט ווען א דעמאקראט איז געווען אין ווייסן הויז און געגאנגען כאדאראם ווען א רעפובליקאנער איז דארט געווען.

די דעמאקראטן האבן א בעסערן טרעק רעקארד ווען ס'קומט צו פירן אן עקאנאמיע.

allgood1s » 28/10/2008 06:29

Need a real sponsor here

*-- ID: SB122515067227674187 **-- TYPE: Commentary (U.S.) **-- DISPLAY-NAME: Commentary (U.S.) **-- PUBLICATION: The Wall Street Journal Interactive Edition **-- DATE: 2008-10-28 00:01 **-- COPYRIGHT: Dow Jones & Company, Inc. **-- ORIGINAL-ID: **-- article start **-- code=statistic symbol="FREE CODE=SUBJECT" symbol="OPIN --">

Obama's 'Redistribution' Constitution

The courts are poised for a takeover by the judicial left.

One of the great unappreciated stories of the past eight years is how thoroughly Senate Democrats thwarted efforts by President Bush to appoint judges to the lower federal courts.
[Commentary] Chad Crowe

Consider the most important lower federal court in the country: the United States Court of Appeals for the District of Columbia Circuit. In his two terms as president, Ronald Reagan appointed eight judges, an average of one a year, to this court. They included Robert Bork, Antonin Scalia, Kenneth Starr, Larry Silberman, Stephen Williams, James Buckley, Douglas Ginsburg and David Sentelle. In his two terms, George W. Bush was able to name only four: John Roberts, Janice Rogers Brown, Thomas Griffith and Brett Kavanaugh.

Although two seats on this court are vacant, Bush nominee Peter Keisler has been denied even a committee vote for two years. If Barack Obama wins the presidency, he will almost certainly fill those two vacant seats, the seats of two older Clinton appointees who will retire, and most likely the seats of four older Reagan and George H.W. Bush appointees who may retire as well.

The net result is that the legal left will once again have a majority on the nation's most important regulatory court of appeals.

The balance will shift as well on almost all of the 12 other federal appeals courts. Nine of the 13 will probably swing to the left if Mr. Obama is elected (not counting the Ninth Circuit, which the left solidly controls today). Circuit majorities are likely at stake in this presidential election for the First, Second, Third, Fourth, Fifth, Sixth, Seventh and Eleventh Circuit Courts of Appeal. That includes the federal appeals courts for New York City, Los Angeles, Chicago, Boston, Philadelphia and virtually every other major center of finance in the country.

On the Supreme Court, six of the current nine justices will be 70 years old or older on January 20, 2009. There is a widespread expectation that the next president could make four appointments in just his first term, with maybe two more in a second term. Here too we are poised for heavy change.

These numbers ought to raise serious concern because of Mr. Obama's extreme left-wing views about the role of judges. He believes -- and he is quite open about this -- that judges ought to decide cases in light of the empathy they ought to feel for the little guy in any lawsuit.

Speaking in July 2007 at a conference of Planned Parenthood, he said: "[W]e need somebody who's got the heart, the empathy, to recognize what it's like to be a young teenage mom. The empathy to understand what it's like to be poor, or African-American, or gay, or disabled, or old. And that's the criteria by which I'm going to be selecting my judges."

On this view, plaintiffs should usually win against defendants in civil cases; criminals in cases against the police; consumers, employees and stockholders in suits brought against corporations; and citizens in suits brought against the government. Empathy, not justice, ought to be the mission of the federal courts, and the redistribution of wealth should be their mantra.

In a Sept. 6, 2001, interview with Chicago Public Radio station WBEZ-FM, Mr. Obama noted that the Supreme Court under Chief Justice Earl Warren "never ventured into the issues of redistribution of wealth and sort of more basic issues of political and economic justice in this society," and "to that extent as radical as I think people tried to characterize the Warren Court, it wasn't that radical."

He also noted that the Court "didn't break free from the essential constraints that were placed by the Founding Fathers in the Constitution, at least as it has been interpreted." That is to say, he noted that the U.S. Constitution as written is only a guarantee of negative liberties from government -- and not an entitlement to a right to welfare or economic justice.

This raises the question of whether Mr. Obama can in good faith take the presidential oath to "preserve, protect, and defend the Constitution" as he must do if he is to take office. Does Mr. Obama support the Constitution as it is written, or does he support amendments to guarantee welfare? Is his provision of a "tax cut" to millions of Americans who currently pay no taxes merely a foreshadowing of constitutional rights to welfare, health care, Social Security, vacation time and the redistribution of wealth? Perhaps the candidate ought to be asked to answer these questions before the election rather than after.

Every new federal judge has been required by federal law to take an oath of office in which he swears that he will "administer justice without respect to persons, and do equal right to the poor and to the rich." Mr. Obama's emphasis on empathy in essence requires the appointment of judges committed in advance to violating this oath. To the traditional view of justice as a blindfolded person weighing legal claims fairly on a scale, he wants to tear the blindfold off, so the judge can rule for the party he empathizes with most.

The legal left wants Americans to imagine that the federal courts are very right-wing now, and that Mr. Obama will merely stem some great right-wing federal judicial tide. The reality is completely different. The federal courts hang in the balance, and it is the left which is poised to capture them.

A whole generation of Americans has come of age since the nation experienced the bad judicial appointments and foolish economic and regulatory policy of the Johnson and Carter administrations. If Mr. Obama wins we could possibly see any or all of the following: a federal constitutional right to welfare; a federal constitutional mandate of affirmative action wherever there are racial disparities, without regard to proof of discriminatory intent; a right for government-financed abortions through the third trimester of pregnancy; the abolition of capital punishment and the mass freeing of criminal defendants; ruinous shareholder suits against corporate officers and directors; and approval of huge punitive damage awards, like those imposed against tobacco companies, against many legitimate businesses such as those selling fattening food.

Nothing less than the very idea of liberty and the rule of law are at stake in this election. We should not let Mr. Obama replace justice with empathy in our nation's courtrooms.

Mr. Calabresi is a co-founder of the Federalist Society and a professor of law at Northwestern University.

http://online.wsj.com/article/SB122515067227674187.html#



תוקן על ידי allgood1s ב- 28/10/2008 6:42:19

מבקש_האמת » 28/10/2008 07:01

איך בין אויך איינשטימיג אז אבאמא וועט נאך אלעם זיין א גוטער פרעזידענט, ער האט געפירט א מעכטיג גוטן קאמפיין, און ס'איז אנצונעמען אז ער וועט אויך פירן א גוטן סיסטעם אין אמעריקע.

זיינע פלענער ליגן אלע אויפן טיש, ס'האט נישט קיין זין צו גיין זוכן פשטים און תירוצים ווען ער זאגט פונקטליך וואס און וויאזוי ער פלאנט צו פירן זיין עקאנאמיע.

ווער ס'וועט יא ארויס שטארק צו'מזיק'ט איז די מידיא, זיי האבן זיך גענצליך אפגעהארגעט ביים יעצטיגן קאמפיין.

היינט האב איך למשל געטראפן א אינטערסאנטן ביישפיל פון די אפענע ליגנטס וואס די מידיא לאזט דורך ביים אבאמא קאמפיין.

דא ווערט ציטירט א פראפעסאר וועמען אבאמא האט געשיקט צו ראטעווען דעם מצב מיט דעם סטעיטמענט:

"What the critics are missing is that the term 'redistribution' didn't man in the Constitutional context equalized wealth or anything like that. It meant some positive rights, most prominently the right to education, and also the right to a lawyer,

אבער דא האט איר א ציטאט פון אבאמא'ס אייגענע ווערטער:

the supreme court never ventured into the issues of redistribution of wealth and sort of basic issues of political and economic justice

האט בען סמיט טאקע נישט געקענט איבערקוקן וואס אבאמא אליין זאגט?

elmonsey » 28/10/2008 07:25

מיין תגובה פאר זיסקייט.
די באקימסט א טינגעלי פילינג ווען די מארקסיסט קאמוניסט רעדט אז ער גייט נעמען געלט פין יעדן?
איך באקים זיעער א שלעכטע פיליניג ווען ער רעדט. ער איז א מארקסיסט!!! אזויווי די הערסט זיסקייט אין אויב די האסט אזוי ליב זיינע פאליסיס דעמאלס גיי וואוין אין יוראפ אויב עס איז אזוי גיט.איך ארבעט מן הסתם אסאך שווערער פין דיר איך איך געניג הוצאות אין איך צאל יעדע 2 וואכן 26% פאר טעקס איך איך קען נישט עפארדן צי צאלן נאך טעקסעס.

עלמאנסי, איך קען דיך נישט, אבער דאס לעצטע מאל וואס כ'געדענק, האסטו געשריבן דא אויף היידפארק אז דו ביסט א טעקסי דרייווער (ווען דו האסט געטראגן מענטשן צו די וואלן ביי די סקול באורד עלעקשאנס.)


זיסקייט איך בין נישט קיין טעקסי דרייוער איך ארבעט אסאך שווערער ווי דעם.
ווען איך האב געדרייוט איז עס געוועהן אלס א וואלונטיר אין פאר די טייערע נשמות פין המספיק וואס די אנטיסעמיטן האבן נישט געלאזט גיין אין קיין אידישע סקול.

איך וויל מען זאל לאוערן די טעקסעס פאר 95 פראצענט פונעם חרדי'שן אידנטום, וועלכע פארדינען נישט אזעלכע גרויסע געלטער - אזוי ווי אבאמא זאגט צו.

אבאמא וועט דעס קיינמאל נישט טוהן אפילו ער זאגט אזוי.

איר קענט שרייען קאמוניסט, מארקסיסט, איך לאך זיך אויס. ס'איז מיר גרינגער אז די גאווערמענט זאל אייך אלע אויסהאלטן, ווי אז איך זאל דארפן לויפן יעדן צווייטן דריטן טאג צו א דרינגנדן טיי אוונט פאר א היימישן איד, וואס ברעכט זיך אונטער די לאסט פון די חרוב'ע עקאנאמיע.

ווער האט חרוב געמאכט די עקאנאמיע אויב נישט דיינע פארשאלטענע דעמאקרעטס ווי בארני פרענק אין קריס דאד אין טשאקי שמ... שומער?
אין ווער האט געמאכט מיליאנען פין פעני און פרעדי אויב נישט דיין באליבטע קאמיוניסט באראק חוסיין אבאמא?
אבאמא איז א מארקסיסט!!! הער צי וואס ער זאגט וועסטי אליינס זעהן!!!

איך מיין איך האב שוין געניג געהאט מיט די דיסקאשן

_________________

[בילד – נישט אפגעהיט]
www.rushlimbaugh.com
 
 

געדאנקען » 28/10/2008 14:38

איך האב זייער ליב צו הערן די טיפיקל טאלקינג פוינטס פון "זיסקייט" "האקאבי",

זארג זיך נישט, זיי נישט צו קלוג, וואס גייט דיר אן איראק, אונז וועל מיר דיר געבן געלט און אלעס וועט זיין גוט, די זעסט די רייכע אויל קאמפעניס איך וועל אוועק נעמען זייער איבריגע געלט וואס זיי דארפן סייווי נישט און עס געבן פאר דיר, הער נישט אויס לימבו אדער הענטי, (די טמא'נען ראדיא) זיי זענען רייכע חברה, די ארימער שטינקער די האסט נישט צו הערן זיי, איך וועל די געבן א פאר דאללער אין פאק איין,

שפיטצער06 » 28/10/2008 15:24

איך פראביר זיך צו דערמאנען אויב ס'איז טאקע אזוי אז זינט בוש האט איבערגענומען קלינטאן'ס בענקל באקום איך טאקע ווייניגער פוד סטעמפס. לויט ווי מיינעחשבונות ווייזן איז דאס פיסטע חלומות און סתם גערעדט.

אבאמא קען צוזאגן אז ער וועט גיבן מער, ער קען אויך זאגן אז מקעין וועט געבן ווייניגער, אין פאקט זעהט מען עס נישט במציאות. אויב עפעס האט יעצט גאווערנער פעטערסאן צוגעלייגט נאך געלט צו פוד סטעמפס, נו, ווי קומט דער פרעזידענט בכלל אריין אין פיקטשער? און אויב יא, פארוואס טוט דאס בוש צולאזן? 

ס'איז אלעס הויל פראפאגאנדע, דער זאגט און יענער זאגט. אויב קוק איך אויף עפעס איז עס נאר אויף דעם מענטש פערזענליך, זיין פערסענאלעטי.

ליינט אביסל די לעבן'ס ביעגראפיע פון 'דזשאן מקעין' און ליינט די לעבן ביעגראפיע פון 'באראק אבאמא' און איר וועט שוין וויסן פאר וועמען צו שטימען, (עס איז געווען זייער גוט באשריבן אויף אידיש אין "דער שטערן")

און אויב רעדן פון פאלעסיס. איז מיר דאס מערסטע נוגע די ערנעגיע אישו וואס "אפשר_דאך" שרייבט אז ער איז מער נוטע צו אבאמא, איך וויל פארשטיין מיט וואס? די אלע ליבעראלען רעדן דאך ווי פערדן ווען עס קומט צו דער אישו.

Ziskeit » 28/10/2008 17:25

עלמאנסי, וויפיל ס'גייט אראפ פון דיין וועכנטליכן טשעק גייט מיר גאנץ ווייניג אן, די שאלה איז וויפיל דו באקומסט צוריק סוף יאר.

אויב דו באקומסט צוריק דאס גאנצע געלט אינעם טעקס ריטוירן דעמאלט הייסטו אפיציעל איינער וואס צאלט נישט קיין פעדערעל טעקסעס, און דו באקומסט נישט קיין שום טעקס קאט אונטער א מעקעין פרעזידענטשאפט, ווייל מעקעין שרייט אז מען טאר נישט געבן קיין "וועלפעיר" פאר מענטשן וואס צאלן סייווי נישט קיין טעקסעס.

דאס איז די פשוט'ע א' ב' וואס דו וועסט נישט הערן ביי שאן הענעטי. שאן מאכט עטליכע מיליאן דאלאר א יאר און ער לאכט זיך אויס פון אזעלכע ווארקינג קלעס מענטשן ווי דו וואס מוטשען זיך פאר יעדן דאלאר און רעדן זיך נעבעך איין אז זיי גייען באקומען א טעקס קאט אונטער מעקעין.

נ.ב. איך רעד דווקא פון פעדעראל אינקאם טעקס און נישט פון סטעיט טעקס וואס איבער דעם קען דיר נישט מעקעין און נישט אבאמא העלפן. איבער דעם דארפסטו גיין וויינען צו גאווערנאר פעטערסאן.

elmonsey » 28/10/2008 17:43

שפיצער איך האב געהערט פין אסאך מענטשען אז ביי קלינטאן האבן זיי נישט באקימען קיין סעקשן 8 פוד סטעמפס וכו' אין ביי בוש האבן זיי יא באקימען.

זיסקייט איך האב גארנישט צוריק באקימען סוף יאר איך האב כמעט געדארפט אפילו ציצאלן נאר ווייל איך נישט געארבעט פאר א גאנצע יאר האב איך נישט געדארפט ציצאלן.

שאן לאכט גארנישט ער האט ביטער שווער געארבעט צי מאכן זיין געלט נישט אזויווי אנדערע פוילע שטריקעס וואס לעבן אויף מיינע טעקסעס.

_________________

[בילד – נישט אפגעהיט]
www.rushlimbaugh.com
 
 

רעכטער » 28/10/2008 17:52

 אין פאקט איז אונטער פרעזידענט בוש געהעכערט געווארן די ענטייטעלמענט תמיכה מיט גרויסע פראצענטן.

שווער צו גלייבן אז אבאמא וועט דאס נאך מער העכערן, צוליב דעם וואס אמעריקא האט היינט צוטאגס א ריזיגע דעפיציט.

איך וועל נישט אריינגיין יעצט צו די פראגראמען איז יא גוט צו נישט, אמאל האט א גוי געוויסט אז צו האבן געלט דארף מען ארבייטן, היינט איז גענוג אז "יענער" ארבייט (דאס איז אויסער דעם וואס איך האלט אז די אלע פראגראמען הרג'ענען אוועק אסאך געלונגענע אינגעלייט משום כמה סיבות, און וויפיל געלט מען זאל האבן איז סייווי באשערט).

אויסער דעם קען מען נישט קוקן בלויז אויף די פראגראמען און זיך פארמאכן די אויגען, אין פאקט איז א גוטע עקאנאמיע אויך גאר וויכטיג פאר אידן, און א שטארקע נאציאנאלע סעיוריטי קען מען אויך נישט אוועק מאכן.

ביז היינט האב איך איך געהאלטן אז אבאמא איז נישט מער ווי גרויסע מויל מאכער, איך האב געהאלטן אז ער זאגט דאס נאר כדי ער זאל געוואונען די וואלן, און ווי נאר ער וועט ווערן פרעזידענט וועט ער אנפאנגן צו רעדן ביזנעס. למעשה יעצט מיט זיינע לעצטיגע סטעיטמענטס האט ער מיר ערענסט דערשראקן אז ער מיינט דאס גאר ערענסט.

איצט מיין עיקר פוינט. אפשר_דאך האט געפרעגט פארוואס אסאך אידן זענען רעפובליקאנער.

אין די תורה הק' איז דא 7 מצות וואס א גוי דארף איינהאלטן, אלע יארן ביז לעצטענס האט א גוי געווען א נארמאלע מענטש, א גוי האט געוויסט אז מען דארף האבן קינדער, א גוי האט געוואוסט אז מען דארף זיין א פאטריאט פאר זיין לאנד און נאך אסאך זאכן, בקיצור, א גוי איז געווען א נארמאלער מענטש.

די היינטיגע ליבעראליזם האט אריינגעברענגט אזא חורבן און הפקירות, און ס'ווערט יעדן טאג ערגער און ערגער. אין פאקט פרעזידענט רעיגען איז שטענדיג גאגאנגען מיט א פארמאכטן רעקל און האט געצויגן א געוויסע רעספעקט, אבער דאס הפקירות וואס קלינטאן האט ארייגעברענגט אין ווייסן הויז איז אומ'באשרייבליך, ס'האט גאנץ זיכער איבערגעלאזט א ווירקונג אויפן אמעריקאנעם פאלק, ער האט געהאלטן אז א פרעזידענט איז גארנישט מער ווי א עמך גוי.

אויסער דעם וואס איך האלט אז די קאנסערוואטיווע זענען מער ערענסטע מענטשן, האלט איך אויך אז מקעין וועט ציען מער רעספעקט צום ווייסן הויז ווי דער אבאמא.

איך בין נישט קיין גוטע שרייבער (טייפער), אבער איך מיין אז מען קען עס פארשיין.

bp11219 » 28/10/2008 17:59

עס איז מיר אינטערעסאנט אז קיין איינער פון אייך באציעט זיך נישט צו די סוגיה פון איראן.

אין מיינע אויגן איז דאס די ערשטע זאך וואס דארף אונז אינטערעסירן. איך מיין אז אבאמא וועט נישט און קען נישט זיין א גרויסער קעמפער קעגן טעראר, אנדערש ווי מעקעין וואס איז באוואוסט מיט זיין רעקארד אלס א גוטער קעמפער און העלד.

אט איז א שטיקל וואס דרייט זיך ארום אין אינטערנעט. ס'איז נאר א דוגמה פון שטאף וואס מען קען טרעפן אויף דעם שווארצן מוסלעמענער "כוסעין" אבאמא.

> 'This election has me very worried. So many things to consider!
> About a year ago I would have voted for Obama. I have changed my mind
> three times since then. I watch all the news channels, jumping from > one to another. I must say this drives my husband crazy. But, I feel  if you view MSNBC, CNN, and Fox News, you might get some middle ground
> to work with. About six months ago, I started thinking 'where did the  money come from for Obama?' I have four daughters who went to college. We were middle class, and money was tight. We (including my
> girls) worked hard and there were lots of student loans. I started looking into Obama's life.
>
> Around 1979 Obama started college at Occidental in California. He is very open about his two years at Occidental. He tried all kinds of  drugs and was wasting his time, but, even though he had a brilliant
> mind, he did not apply himself to his studies. 'Barry' (the name he used all his life) during this time had two roommates, Muhammad Hasan
> Chandoo and Wahid Hamid, both from Pakistan. During the summer of  1981, after his second year in college, he made a 'round the world'
> trip...Stopping to see his mother in Indonesia,... next, Hyderabad in India,...three weeks in Karachi, Pakistan where he stayed with his roommate's family,...then off to Africa to visit his father's family.
> My question - Where did he get the money for this trip? Neither I,  nor any one of my children, would have had money for a trip like this when they were in college. When he returned, he started school at
> Columbia University in New York. It is at this time he wants  everyone to call him Barack - not Barry. Do you know what the tuition  is at Columbia? It's not cheap to say the least! Where did he get  money for tuition? Student Loans? Maybe. After Columbia, he went to
> Chicago to work as a Community Organizer for $12,000. a year. Why  Chicago? Why not New York? He was already living in New York.
>
> By 'chance' he met Antoin 'Tony' Rezko, born in Aleppo Syria, and a real estate developer in Chicago. Rezko has been convicted of fraud
> and bribery this year. Rezko was named 'Entrepreneur of the Decade'
> by the Arab-American Business and Professional Association'. About two years later, Obama entered Harvard Law School. Do you have any
> idea what tuition is for Harvard Law School? Where did he get the money for Law School? More student loans? After Law school, he went back to Chicago. Rezko offered him a job, which he turned down. But,
> he did take a job with Davis, Miner, Barnhill & Galland. Guess what?
> They represented 'Rezar,' Rezko's firm. Rezko was one of Obama's  first major financial contributors when he ran for office in Chicago.
> In 2003, Rezko threw an early fundraiser for Obama which Chicago Tribune reporter David Mendelland claims was instrumental in providing  Obama with 'seed money' for his U.S. Senate race. In 2005, Obama
> purchased a new home in Kenwoood District of Chicago for $1.65 million
> (less than asking price). With ALL those Student Loans - Where did he get the money for the property? On the same day, Rezko's wife, Rita,
> purchased the adjoining empty lot for full price. The London Times reported that Nadhmi Auchi, an Iraqi-born Billionaire, loaned Rezko $3.5 million three weeks before Obama's new home was purchased. Obama
> met Nadhmi Auchi many times with Rezko.
>
> Now, we have Obama running for President. Valerie Jarrett was Michele Obama's boss. She is now Obama's chief advisor and he does not make  any major decisions without talking to her first. Where was Jarrett
> born? Ready for this? Shiraz, Iran! Do we see a pattern here?
> Or am I going crazy?
>
> On May 10, 2008, The Times reported: Robert Malley, advisor to Obama  was 'sacked' after the press found out he was having regular contacts
> with Hamas', which controls Gaza (Remember the campaign contributions his campaign tried to hide under the state of Ga. which really were  from the Gaza Strip) and is connected with Iran. This past week,
> buried in the back part of the papers, Iraqi newspapers reported that  during Obama's visit to Iraq, he asked their leaders to do nothing
> about the war until after he is elected, and he will 'Take care of  things'.
> (Basically what he said was 'don't make any deals with the current  president, but wait until the new President is elected,' and he also
> spoke to a high ranking military official and asked him not to make
> any major decisions about the war until the new president is elected.)
> I wonder who he thought that was going to be?
>
> Oh, and by the way, remember the college roommates that were born in  Pakistan? They are in charge of all those 'small' Internet campaign
> contributions for Obama. Where is that money coming from? The poor  and middle class in this country? Or could it be from the Middle  East? (Like the aforementioned Gaza Strip where it is documented he
> received contributions and tried to conceal them under the state of  Ga.). My friends, it is illegal to accept contributions from anyone
> other than a U.S. citizen, so why was nothing done about this?
>
> And the final bit of news. On September 7, 2008, The Washington Times  posted a verbal slip that was made on 'This Week' with George  Stephanapoulos. Obama, on talking about his religion, said, 'My  Muslim faith.' When questioned, 'did he make a mistake.' Some
> mistake!
>
> All of the above information I found on line. If you would like to check it - Wikipedia, encyclopedia, Barack Obama; Tony Rezko; Valerie
> Jarrett: Daily Times - Obama visited Pakistan in 1981; The Washington
> Times - September 7, 2008; The Times May 10, 2008.
>
> Now the BIG question - If I found out all this information on my own,
> Why haven't all of our 'intelligent' members of the press been reporting this? Because they do not want him to lose the election,  and this blows my mind! I am not sure why it does not have that effect on other American Citizens!
>
> A phrase that keeps ringing in my ears - 'Beware of the enemy from within!!!'
> 'Every Nation that has fallen, has fallen from within!' '
>
>
>
> Please pass this on to everyone in your address book...and please pray
> for our country!
>
> 'May God bless and protect the United States of America!'

טאטלע » 28/10/2008 18:05

אין האטלט אויך ווי רעכטער אז די ענטייטעלטמענט פראגראמען הארגענען אוועק גלונגענע אינגעלייט וואס וואלטען אן דעם בדרך הטבע געקענט שטארק מצליח זיין

elmonsey » 28/10/2008 18:05

רעכטער אין BP זייער גיט געשריבען

_________________

[בילד – נישט אפגעהיט]
www.rushlimbaugh.com
 
 

שפיטצער06 » 28/10/2008 18:15

רעכטער האסט זייער גוט געשריבן.

אבאמא איז זייער א ליבעראלער מענטש, אין פאקט איז ער נישט דער גרויסער פאטריאט פאר זיין לאנד ווי אנדערע אמעריקאנער. ער פארשטייט מיסתמא אויך דעם טעראריסט, אוודאי האלט ער אז דער אראבער טוט נישט גוט או גייט זייער עקסטרעם, אבער ער פארשטייט אז יענער האט א טענה. און אזוי איז ער מיט אלע שונאים פון אמעריקע.

אלץ שטארק ליבעראלער פארשטייט ער אויך אז א קינד, א מענשטליכע לעבן מעג ווערן אפגעשניטן אין די גאר פריע צייטן, (עבארציע) עס קומערט אום נישט אז א מענטשליך לעבן - עס קלאפט א הארץ - ווערט פארשניטן.

אבער ביי גראבן אויל אין אמעריקע פארשטייט ער שוין יא אז די גרינע גראזלעך און ביימער וועלן מעגליך אפגע'הרג'ט ווערן דערפון, דארט האט ער שוין רחמנות אויף די ווייסע בערן און זייער ערווייערמענט.

חוץ ליבעראל הייסט דאס ביי מיר היפאקריט!

טאטלע » 28/10/2008 18:27

שפיטצער איך זאג זיי זענען פשוט מענטעלי דיסעבעלד היפאקריט איז זייער דיפלאמאטיש

אפשר_דאך » 28/10/2008 23:43

הרב רעכטער

איך ווייס וואס ס'איז די אנגענומענע מיינונג פארוואס אידן זענען לעצטנס מער גענויגט צו רעפובליקאנער, אבער לדעתי העני' איז עס נישט מער ווי אן איינרעדעניש פאר צוויי סיבות: 1) די רעפובליקאנער זענען נישט צופיל בעסער פון די אלגעמיינע דעמאקראטן, ס'איז אמת אז רוב שמוציגע כוליגאנעס געהערן צו די דעמאקראטן, אבער אפילו ביי די דעמאקראטן זעלבסט זענען אויך פאראן גענוג נארמאלע (וויפיל דאס לאזט זיך זאגן אויף א גוי) מענטשן, און ביי די רעפובליקאנער איז דא גענוג שמוץ. 2) די דאזיגע סיבה איז שייך געווען אויך אמאל, און אונזערע עלטערן זענען פארט געווען שטארק דעמאקראטיש געשטימט.

כ'בין זיכער אז ס'האט שייכות מיט די לופט אין די סיטי וואס צווינגט עמיצן צו זיין א דעמאקראט, אבער פארט האלט איך אז די הויפט סיבה איז נאך אלעם דאס יעדער קוקט אויף זיין אייגענע טאש, און דאס האט געטוישט דעם ווינט ביים היימישן ציבור אין אלגעמיין.

אפשר_דאך » 28/10/2008 23:47

דעם וואס האט געפרעגט איבער ענערגיע. פערזענליך האלט איך אז ס'איז דא די מעגליכקייט צוצושטעלן ריינע ענערגיע פאר א גרויסן טייל פון אמעריקע, אפשר נישט אין צען יאר און זיכער נישט פאר ביליג, אבער איך בין פולקאם איינשטימיג מיט על גאור אז דאס איז די וויכטיגסטע טעמע וואס דארף יעצט ליגן אין שפיץ פון די רעגירונג אנגעלעגנהייטן (אינאיינעם מיט מעדיקעיר, סאשעל סעקיוריטי איז נישט אזוי וויכטיג פאר היימישע אידן וואו כיבוד אב איז ב"ה אין פולן קראפט), אפילו אויב גלאבאלער אנווארעמונג איז בלויז אן איינרעדעניש.

איך בין איבערצייגט אז אבאמא וועט נישט דערגרייכן דעם ציל וואס ער האט זיך געשטעלט, ספעציעל יעצט מיט די שווערע עקאנאמיע, אבער ער וועט זיכער זיך בעסער אפגעבן דערמיט ווי מעקעין, און דאס איז ביי מיר א שטארקער פּלאס. תוקן על ידי - אפשר_דאך - 28/10/2008 23:51:07

_________________

רעכטער » 29/10/2008 02:18

איך האב מורא אז איר האט מיר נישט פארשטאנען, אדער האב איך פשוט נישט גוט ארויסגעברענגט מיין פוינט.

אלע יארן פון ווען די וועלט שטייט זענען די רעגירונגען געווען גאר שטרענגע אין אלע הינזיכטן, גערעכט טאקע אז א גוי איז א גוי, און פון אן א עבירה האט ער גאר ווייניג מורא, אבער א גוי האט אייביג געהאט א זעלבסט-רעספעקט, אזויווי איך האב אויבן געשריבן.

די היינטיגע ליבעראליזם האט געברענגט אזא חורבן אויף אמעריקע, פאר נישט צו לאנג צוריק האט מען נאך געקענט גיין זומער אין מאנהעטן מיט אראפגעלאזטע אויגן (פרעג נאר האקאבו, ער איז נאך פונעם עלטערן דור), היינט קען מען דאס שוין אויך נישט.

איך האלט אז די רעגירונג איז די איינציגסטע וואס קען פרובירן צו אביסל צוריקהאלטן דעם גוי, און די קאנסערוואטיווע זענען טאקע די וואס שרייען אז די רעגירונג קען נישט צולאזן דאס הפקירות.

דאס וואס איך האב גערעדט פון קלינטאן, האב איך ניטאמאל געמיינט זיינע סקאנדאלן, איך האב בעיקר גערעדט פון זיין בכלליות'דיגע אויפירונג, איך האב בעיקר געמיינט ארויסצוברענגען ווי ווייט אמעריקע האלט שוין, ווען דער פרעזידענט איז א עמך גוי איז עס גאר א מעלה, (וועגן זיינע סקאנדאלן רעד איך ניטאמאל, דאס האט דאך אינגאנצן צוגרונד געלייגט דעם אימעדזש פונעם פרעזידענט).

ווען דער פרעזידענט פירט זיך אויף ווי א נארמאלע מענטש לאזט דאס איבער א געוויסן רושם אויף יעדע גוי, א פרעזידענט איז א מענטש וואס דארף ציען צו זיך א רעספעקט, און איך האלט אז אויב מקעין וועט זיין פרעזידענט וועט דאס ווייסע הויז ציען אסאך א שטערקערע רעספעקט ווי דער  אבאמא.

נאכאמאל, איך רעד בעיקר איבער די קאנסערוואטיווע אידעלאגיע, וואס איך האלט איז מער ריכטיג תורה'דיג.

באראפארקער » 30/10/2008 05:32

אפשרדאך
דיינע ווערטער זענען זיך סותר.
אויב גלאבאלע ווארימונג איז א איינרעדיניש, דעמאלס פארוואס דארף מען ריינע ענערגיע??????????????
פארוואס זאל מען באצאלען טייער ווען עס קען זיין ביליג???

דבריך צריכין ביאור גדול.



bp11219 » 30/10/2008 15:52

רבותי, נאך עטליכע טעג ביז דער פסוק ווערט מקויים במלוא מובן המילה: עבד כי ימלוך...

אפשר_דאך » 30/10/2008 19:41

האסטו געהערט אדער געליינט על גאור'ס רעדע דערוועגן?

פנחס_מיילך » 31/10/2008 03:03

זשאן קאלבערט פרעגט גוט, סאו אויב אבאמא געווינט מיינט עס אז אמעריקע איז א באנדע סאשעליסטס און קאמוניסטן?