א פרישער פראבלעם איז אנשטאנען דעם שבת אין וויליאמסבורג פון וואס הונדערטער איינוואוינער וועלן אפעקטירט ווערן דערפון און זענען שוין אפעקטירט געווארן.
דעם פארגאגענער שב"ק איז ארויפגעשטעלט געווארן לענגאויס קענט עוועניו, פון בראדוויי ביז דיווישאן NO STOPING סיינס און אזוי אויך "נאו סטענדינג" סיינס פון דיווישאן און וויייטער.
אויב ווייסט איר וואס 'נאו סטענדינג' מיינט, זאלט איר אוודאי נישט וויסן פון קיין "נאו סטאפינג" אז איר לייגט נאר ארויף א פיס אויף אייער ברעיק אין יענער געגענט קענט איר שוין קריגן א קוויטל מיט א שיינער פדיון צו דער זייט.
זינט דעם שב"ק, נאכדעם וואס די שילדן זענען ארויפגעלייגט געווארן, האבן שוין 91 מענטשן באקומען טיקעט'ס דערפאר.
עס איז היינט נאכמיטאג געווען א פרעסע קאנפרענץ און א פראטעסט דארט, אנגעפירט דורך ר' אברהם יצחק אברהאם ווי מ'האט דאס שטארק אראפגעריסן און אנגעפארנגען א פרישער מערכה קעגן דעם.
צו דער זעלבער צייט איז אבער אויך באוויסט געווארן א וווייטאגליכער פאקט אז קאמיטונעטי באורד נומער 1 האט עס פולקאם באשטעטיגט נאכדעם וואס זיי האבן געשטימט 39 דעפאר און 2 דערקעגן.
CB1 האט אין זיך בערך 5 מענטשן וואס באלאנגן צו UJO אריינגערעכנט משה דוד נידערמאן פערזענליך. און ווי די רעקארד'ס ווייזן האט משה דוד נידערמאן וכת דילא געשטימט לטובת דעם גאנצן קענט עוועניו פראיעקט און די איינצעלע 2 וואס האבן געשטימט דערקעגן איז ר' דוד אהרן וויינשטאק און א גוי.
דא האט איר די נייעס איבער דעם פראיעקט און ווי די CB1 האט געגעבן זייער עפראוועל דערפאר. ווי זיי שרייבן
Community Board 1 in north Brooklyn voted 39-2 to support adding a separated bike path to Kent Avenue
http://www.streetsblog.org/2008/04/10/brooklyn-cb1-approves-bike-path-in-place-of-parking/