עס איז נישט קיין פראגע צי די יונגלעך אין בי"ד וועלן נישט געבן קיין בריוו. זיכער וועלן זיי געבן, און עס וועט זיך אויסשטעלן אז יעדער וואס האט אפאר דאלאר צו סטראשען, ווי עליש ענגלענדער און תו"א רבי וועלן כאפן בריוועלעך פון ביד"צ, און ביד"צ וועט טראגן אזא פנים ווי משפט שלום.
די קשיא שטעלט זיך אויף תולדות אהרן. ווען ביד"צ האט זיי באפוילן נישט צו מאכן מער די תועבה טענץ האבן זיי אנגעפיפן, פארוואס קומען זיי יעצט צו ביד"צ פאר פראטעקשאן?
ווען תו"א רבי לאדענט מאיר פרוש צו די חתונה, פארוואס פרעגט ער דעמאלט נישט דעם דעת פון ביד"צ?
פארוואס ווען זיי שטעלן זיך צוזאם מיט די רב הכותל פרעגן זיי נישט וואס ביד"צ האלט?
דער תמצית איז אז די תולדות אהרנ'ער האבן געכאפט זייער ביטערע פעטש פון גאנץ ירושלים, און זיי מיינען אז א בריוועלע פון ביד"צ וועט זיי העלפן...
הערט אויף חלומ'ען.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 26/10/2008 23:07:24