היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » חזקה. 3 מתים. אלע באצאלן פאר סאטמאר.

חזקה. 3 מתים. אלע באצאלן פאר סאטמאר.

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2499969

רבי_יונה » 16/10/2008 21:10

אשת ר' לעמיל שווארץ.
אשת הרה"צ ר' יצחק מאשקאוויטש
בן ר' יצחק גליק ז"ל, וואס איך ליידער נעכטן אומגעקומען דורך א קאר אין מאנסי.

אין אלע דריי פעלער האט מען באצאלט פאר ר' יואל קויפמאן משמש דקהל יטב לב.










נ.ב.
שיער פארגעסן. די זאליס וועלן אי"ה דרוקן געהעריגע קאפיס פון טשעקס.
פאלגט נאך זייערע מודעות (חלומות)...

דוד46 » 16/10/2008 21:11

יונה'לע

האסט פארגעסן פון די ערשטע חזקה: אז דו ביסט אן אויסגעשפראכענער בעקער...

ארגינעלער » 16/10/2008 21:33

אין היינט האט מען באצלעט פאר מרדכי גליק ע"ה אויך פאר קהל יטב לב
אין נישט פאר די זאליס

צביהירש » 17/10/2008 00:55

just like pesach you buy "Matzoh Gezilah" and you eat in a "Sukah Gezilah" you can have a grave in K.J. as a "Kever Gezilah

האקאבו » 17/10/2008 02:25

צבי הירש

דעס אז די ביסט אזא גאון ווי דיין רבי דאס דארפסטו מיר נישט זאגן

אבער פארט פסק'נען אינז קרקע אינו נגזלת

majyar718 » 17/10/2008 05:58

רבותי כהאב א קשיא.
טאמיר בן פראדל שטרעקט זיך אויס היינט ל"ע ווי גייט ער ליגן?
און וואס איז מיט דזשענא קאהאן אדער פערלשטיין און מיט אנדערע ראשי כת מסרבים לדין והולכים לערכאות ולבג"ץ?
און וואס איז מיט די לישקע לישקעלעך ווי לייגט מען זיי נאך די 120?

kootointy » 17/10/2008 06:37

דער אינפארמאציע מיניסטאר פערלשטיין האט געדארפט היינט צו רעדן ביי הגז"ל אין סוכה, ווייסט אימיצער אויב און וואס דער חכם מחוכם האט מחדש גיוועזן??

לאגיש » 17/10/2008 22:55

מען האט נישט קיין מנוחה נישט אויף די וועלט אין נישט אויף יענע וועלט

דוד46 » 17/10/2008 22:57

קיינער האט נישט געדארפט רעדן, און קיינער רעדט נישט דערוועגן.

ביי די אהרונים האט גערעדט ר' לייביש וויינפעלד

רבי_יונה » 19/10/2008 03:14

פערלשטיין דארף נישט רעדן, ער קען אריינלייגן א  טשעק אין דער איד... און די קליינע קינדער וועלן איינשלאפן, ומלכם בראשם.

רבי_יונה » 19/10/2008 04:25

היינט מוצאי שב"ק איז ליידער אוועק האשה החשובה אשת הרב משיח שליט"א ס"ט, - דער וואס גייט אלס נאך געלט, - ערנישט געהאט געקויפט חלקה, פאריגע וואך דארנערשטאג האט ער איינגעקויפט קרקע בקהלתינו הק' בחיי', און באצאלט 4000 דאלער.

אדמיראל » 19/10/2008 05:09

ס'הייסט אז פערלשטיין האט עס שוין פראטאקאלירט

kootointy » 20/10/2008 18:38

דוד'ל, מיט אזאלכע לוזערס ווער ברויך נאך געווינערס......