גרעסטערפארלירער = ישראל שווארץ. פארלוירן א האלב מיליאן דאלאר. און דאס האט ער צו פארדאנקען זיינע גוטע פריינט, די לויפער מאפיא מיט זייער פורים בית דין בראש.
צווייט-גרעסטע פארלירער - סאכדעס. האט געכאפט א שאס פון זייערע גוטע פריינט, די אמעראצים פון די לישקע.
הרב הלל וו"ב וואס האט געמיינט אז מיטן זיך לעקן צו זאלי און זיינע אמעראצים וועלן זיי אים שעצן - נאט אייך ! פון די זאליס וועסטו באקומען נאר פארראט.
סתם לוזער - ר' זאלי טייטלבוים. = דא האט זיין לישקע אינטערגעשריבן לאיסור. זיין ראב"ד און שמאב"ד, און ער איז עפעס פארשווינדן ווי א שוחט אין די ניין טעג. עס שטעלט זיך ארויס אז ר' זאלי האט באקומען אזא קאמפלעקס אז ס'רייסט שטיקער. אפשר מיינט ער אז אזוי וועט אים ישראל שווארץ געבן געלט, ווייל ער איז שטיל !
ביטערע לוזער - זאלי לישקע פורים ית דין - דאס אז ר' לייביש לייזער האט גענומען דרעי לולבים, צייגט ער מיט דעם, אז דער איסור פון די זאליס איז פאליטיק און נישט מער ווי נאך א פורים פסק פון די פורים לישקע. = ר' לייביש לייזער האט געוויזן אז דער פסק פון די זאליס איז קיינעם נישט מחייב !
הויפט געווינער = דער מאפיא אברהם לויפער. אלס קאמעפטישאן האט ער גוט אנגעפראסקעט ישראל שווארץ ובניו און אים שאדן געמאכט א האלב מיליאן דאלאר.
צווייט-געווינער = סאטמארער רבי שליט"א. ווען ישראל שווארץ'ס קינדער זענען געקומען צו אים בעטן א היתר. האט דער רבי געזאגט: עס איז א סכסוך צווישן 2 סוחרים, און האט גארנישט מיט די הלכה - איך מיש זיך נישט אין ביזנעס פראבלעמען.
דאס אז די גרעסטע רבנים און ראשי ישיבות זענען געקומען צו אים אין שטוב, און הערן זיין דעת תורה, כדת מה לעשות איז א סימן אז ער איז דער גדול הדור בתורה והלכה והנהגה.