בערך א האלבע שעה צוריק איז רבינו שליט"א צוריק אהיים געקומען
די ערשטע זאך איז רבינו שליט"א צוגעפארן צום ביהמ"ד און געגאנגען אין מקוה
דערנאך איז דער רבי צוריק אהיים למעון קדשו
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו
שאלה הנוגע הלכה למעשה:
וויאזוי שפירט זיך די רבי?
וועט אדמו"ר שליט"א האבן כוח אריין צו קומען קיין וויליאמסבורג אויף צווייטע טעג?
וואס זאגן די מקורבים?
זינטאג נאכט
האט רבינו געהעריג אויפגענומען לברך ולהתברך בבית רבינו ז"ל
ווי יעדע נאכט,און אריין געשריבן אן אוית בספר תורה וואס ווערט אריין געגעבן יו"ט סוכות לביהמ"ד הגדול אין קרית יואל דורך העסקן האברך החשוב מענדל גרינפעלד ב"ר דוד לייב, לע"נ חמותו,
שפעטער איז אריבער געקומען בבית רבינו-סאנז קט.
פאר א באזוךביקור חולים דער שוואגער כ"ק אדמו"ר סקווירא רבי שליט"א ווי מען האט שיין פארברענגט,רבינו האט מכבד געווען מיט כיבוד און דערנאך ארויס באגלייט ביז צום קאר.
ווייסט איינער צי די רבי האט געגעסן פארדארבענע עסן לעצטענס אין פאר דעם איז געקומען ?
| פעטרסאן08 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | ווייסט איינער צי די רבי האט געגעסן פארדארבענע עסן לעצטענס אין פארדעם איז געקומען?
|
|
א רבי קען דען עסן פארדארבענע עסן? וואס גייט פאר מיט דיר, האסט נישט קיין אמונת צדיקים?....