היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נייע סדר אין גרויסען ביהמ"ד אין וויליאמסבורג

נייע סדר אין גרויסען ביהמ"ד אין וויליאמסבורג

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2497532

מבני_בניו » 12/10/2008 06:06

די וואך האט די רב שליט"א געמאכט א נייעם סדר ביים דאווענען, נאך די פייערדיגע שבת שובה דרשה אז ער גייט זיך זייער שטרענג נעמען צו די שמוסערס, מהאט געמאכט א ספעשיל פלאץ פאר בחורים וואס זיצען נישט לעבן זייער טאטעס און אויפגענומען נאך גבאים פאר מורא מקדש
פרייטיג צו נאכט נאך לכו נרננה האט זיך די רב אליין ארומגעדרייט די גאנצע ביהמ"ד זיכער מאכן אז קיינער שמוסט נישט, סאיז געווען ממש א קידוש השם ווען מהאט נישט געהערט קיין מוק אין גאנצע שול נאר א פייערדיגע דאווענען פון די טויזנטער מתפללים
אויך צופרי האט די רב שליט"א זיך ארומגעדרייט ביים ליינען
ביי של"ס האט די רב געזאגט אז ער דארף איבערבעטן די ציבור פארן זאגן ביי די שבת שובה דרשה אז סאיז דא שמוסערס, ער זאגט אז ער האט זיך ארומגעדרייט און נישט געטראפען קיין איין שמוסער, במילא מוז ער מפייס זיין די ציבור