היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמר שליט"א אריין אין שפיטאל שב"ק נאכמיטאג

כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמר שליט"א אריין אין שפיטאל שב"ק נאכמיטאג

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2497494

וואלןסח » 12/10/2008 03:06

 

נעכטן נאכט נאכן טיש האט זיך דער רבי שליט"א אנגעהויבן נישט גוט צו שפירן.

צופרי האט מען גערופן ר' משה אהרן שטיינבערג און דאקטאר זאלענקא, ס'האט אויסגעקוקט ווי ס'איז שיגעלא, מען האט געגעבן פארן רבין IV רבינו שליט"א איז נישט אריין צום דאווענען, 11:30 האט זיך דער רבי ערשט געשטעלט דאווענען, ער האט געדאוונט ביי זיך אין חדר מיוחד, אינדרויסן אין פארצימער האט געדאוונט בערך א מנין, רבינו שליט"א איז נאר אריינגעקומען עולה צו זיין צו די תורה.

נאכן דאווענען האט זיך דער רבי געשפירט שוואך, און לויט די ראט פון די חברה הצלה און א דאקטאר איז מען אריין אין שפיטאל פאר אונטערזיכונג און צו מאכן געוויסע טעסטס.

וואלןסח » 12/10/2008 03:08

 

האפנטליך איז עס נישט קיין ערנסטע זאכן, אבער מיר מעגן אלע אינזין האבן רבינו שליט"א אזוי ווי ער האט אונז אלע אינזין, צדיקים האבן געטייטשט הוי מתפלל בשלומ"ה של מלכות, מען דארף מתפלל זיין פאר מאן מלכי רבנן ווען ס'איז נאך בשלימות, א בחינה פון יקדים תפלה לצרה, נישט חלילה ווען ס'איז שוין ערנסט.

 

יה"ר מלפני אבינו שבשמים לקיים בנו חכמי ישראל

גאסט » 12/10/2008 03:15

אהרן בן פעסיל לאה לרפואה שלימה