ווער עס האט א קאפי זאל עס ביטע ארויפברעגען, אדער איז עס קעגען דע תקנות הפורום ?
ווער עס האט א קאפי זאל עס ביטע ארויפברעגען, אדער איז עס קעגען דע תקנות הפורום ?
שלןם עליכם פריינד
ווי איך זעה ביסטו ניי אין דעם פארום,אין די האסט עקספערטיז אין ארץ ישראל חסידות'ער
וואס דא אין אמעריקע אין סאטמאר בפרט איז מען נישט אזוי באהאוונעט
אפשר וואלט געווען כדאי אז די זאלסט אראפ ברענגן ראפארטאזש פין דארטן
מיט דאנק
עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה, מחניווקע חסידים, לא די אריין געלייגט א באשרייבינג אין ידיעות אחרונות, דארף מען נאך ארום לויפען אויף הייד פארק זיך בעטען בתחנונים מען זאל עס ליינען
יחזקאלאברה
אויב געדענק איך גיט ביזטו די ווארט זאגער פין מהר"א מסאטמארס פארטיי ווי וואונדערליך איז אז די ביסט אפגעשטארבען ביז מען האט אנגעפאנגען רעדן פין די מחלוקה צווישען די צוויי בעלזא'ס האסט פארגעסן מסתמא.
אבער די וואלטס ווען אלס די תורה איבערזאגער פין מהר"א מסאטמאר ווען געמעגט אמאל אריינרעדן אין עפעס א אנדערע נושא אויסער בעלז.
די מעגסט שוין אראפשלינגען דער איד עס איז געווען א שווערע פיל אבער צולאזען אויפן צונג 2 חדשים איז אביסל צו לאנג. משה גבאי האט געוויזען בעלז אז ער שרעקט זיך נישט פין קיינעם אין טוט וואס ער האלט.
די ידיעות אחרונות האט די בעלז מכנובקע עורך דין אריינגעלייגט כדי די פאליצייא אין א"י זאל מער נעמען אין די זאך אין די האנט אין די צרות וואס בעלז מכנובקע גייען אדארך זאל זיך ענדיגען.
אין דא וויל איך איבערבעטען אויב האב איך איינעם וויי געטוהן אין וואונטשען אלע בעלז חסידים פין אלע צדדים אין אלע אידען א גמר חתימה טובה אין א גיט געבענטשט יאר. אין לאמיר האפן אין תשס"ט וועט שוין דער שלום צושטאנט קומען. משיח זאל אוודאי פריער קומען .
עס איז א שאד פאר די צייט צו שרייבן אין חדשות אנטווערפן אדער אין די אנדערע נערישע קליינע פורומס, מיר דארפן זיך צוזאמנעמען יעדעס מאל נאך א יעדע מעשה דארף מען גלייך באשמיצן בעלז ירושלים אין ארויפשמירן אויף: כל העולם כולו אין בחדרי חרדים למשל אין כל העולם כולו איז געווען איבער 14000 פערצן טויזענט ליינערס איבער די בעלזא ירושלימער טעראר עס איז די שטערקסטע צייטונג אין די חסידישע וועלט ווי בעלזא ירושלים וויל זיך געפעלן, די בעלזא ים האלטן עס נישט אויס זיי האלטן אין איין שיקן פאר די מנהל פין כל העולם זיך בעטן ביי אים ער זאל נישט לאזען רופען בעלז ירושלים אין אונז בעלז מכנובקא, היידפארק איז היינט די פלאץ פאר חסידישע וועלט נייעס !! קומטס אין לייגטס צו א האנט, און מאך דיר א פאהר ניקים איך האב אויך דארט 6 ניקים.
קודם שלום עליכם רבי טן דו, איך זעה אז אונז וועלן זיך דא נאך א סאך משתשע זיין מיט דיר.
איך פארשטיי נישט פארוואס די דארפסט איבערבעיטן 2בעלזא2 ? איך זעה נישט דע עוולה פון זיין הודעה, ער שרייבט אז דא איז א גיטע פלאץ מפרסם צו זיין איבער דע טרור וואס מכנובקע מאכט מיט פון ענק בעלזא ירושלים, ווייל כל העולם כולו האט א סאך ליינערס, וואס איז שלעכט מיט דעים ?
אדער איז א עוולה אז ער האט דא 6 ניקים ? פינקט פארקערט, איך האב מיך אייביג געווינדערט ווי אזוי קען זיין אזא קליינע חסידות ווי מאכניווקע און זיי האבען אזויפיל שרייבערס אין הייד פארק, יעצט פארשטיי איך אז עס סך הכל דא 3 מאחנופקער'ס וואס שרייבען דא נאר יעדער האט 6 ניקים, עס איז גאנץ א גיטע אנפאל, איך גיי שוין בעטען רשות אויף נאך א ניק.
צים געזינט
וואס גייט דא פאר, איך פארשטיי נישט קיין אות אחת פין די גאנצע אשכול,וואס קריגט מען זיך דא ארום
איך בין נישט קיין בעלזער קען איך אפשר פארשטיין וואס דא גייט פאהר? פריינד זעהט אויס א בעלזער וואס וויל ארויסברענגען די עוולה פין מחנווקה צו שרייבען אין די ידיעות אחרונות, איך בתור בארא פארקער עמך איד וואס מיינע קינדער לערנען אין באבוב וואלט געוואלט פרעגען די בעלזער חסידים איין קשיא עס האנדעלט זיך נישט איבער גיין געלט אדער בנינים אדער מענטשען פארוואס קען מען אזא נערישע מחלוקה נישט מסדר זיין? דער בעלזער רב איז א קלוגע מענטש אין מחלוקת האט אים אויפגעבויעט אין מחלוקת האט אין וויזניץ געבויעט אין מחלוקת האט ביי אונז אין באבוב געבויעט דאס מחלוקת וועט מחנווקה אויך בויען
איך האב געהערט זיי האבן יעצט געמאכט עפעס א שול אין דא העכער טאהש
סליחה, לא הבנת מה שכתבתי, אני לא נמנה בין חסידי מכנובקה, וגם אני לא מתפלל שם למרות שהשטיבל של בעלזא מחנובקה קרוב לביתי לא יותר ממהלך בת חמש דקות, וגם לא מופיע שמי בחוברת הכתובות של אנ"ש חסידי בעלזא מחנובקה, אבל יש לי הערצה מיוחדת להם ואני מראה מאד סמפטי' כנגדם דוקא משום הטעם שכתבתי בתגובתי האחרונה. לא חלילה שאני מתבייש להיות חסיד בעלזא מחנובקה, הלואי והייתי מגיע לכפות רגלי החסידים הנעלים המסתובבים שם, רק לעת עתה השייכות שיש לי להם מתבטא רק מתוך ההערצה שיש לי כנגדם, ומ"מ אין זה סתירה שאני מחשיב את האדמו"ר שלך כל זמן שהוא מתנגד להעוולות הנעשים בקרב חסידיו.