היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מהרז"ל ניצט יחזקעלע גליק'ס טלית אין ר"ה

מהרז"ל ניצט יחזקעלע גליק'ס טלית אין ר"ה

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2494997

דעקלעראציע » 6/10/2008 17:34

זירילע גליק פין קראלי האט די חזקה אריין צי ברענגן דעם טלית פין רבי'ן ז"ל פאר מהרז"ל יעדעס יא אויף ר"ה
( גיי גלייב אים צי סאיז דעם רבי'ן ז"ל טלית ) היי יאר האט ער עס אויך אריין געברענגט צי מהרז"ל אויף יו"ט

אבער דעם צווייטן טאג פאר די תיקעות האט דער הויז בחור באמערקט אז סהאט א לעבל אין ס'טיישט יחזקאל גליק מיט זיין פאון נימער פין קרית יואל, וואס ווי ס'קוקט אויס האט זיך זריעלע אפציעל טועה געווען ווי פארשטענדליך האט עס מהרז"ל אויסגעטון אין אנגעטוען זיי אייגענע טלית  
מער פין דעם האט נישט אויסגעפעלט א גאנצען מוסף זענען  משה מיט יעקב שמשון געווען פוירפעל פין לאכן פין דעם גוטס וואס זירעלע האט אנגעמאכט

תוקן על ידי דעקלעראציע ב- 06/10/2008 17:40:55

טאטלע » 6/10/2008 18:31

איינער קען טיען א טובה אראפ גיין קיין ראדני נעמען א בילד פינעם ב"ה וויאזוי עס איז אויסגעשטעלט ימים נוראים אין ארויפלייגען דא 

bp11219 » 6/10/2008 19:51

חחחחח......... איך בין פוירפעל....

טאטלע » 6/10/2008 21:31

ווען סוואלט געווען פארקערט וואלט געווען פאני אבער אזוי ר יחזקאל גליק צי איך האב עם ליעב צי נישט איז א איד וואס זיצט אגאנצען טאג אין ב"ה אין היכל ראזענבערג אין לערענט משא"כ.... ממילא הגז"ל מעג ניצען זיין טלית ימים נוראים

קושקע » 6/10/2008 21:36

סאטמרחסיד » 6/10/2008 22:01

איך בין אראפגעפאלן פון בענקל לאכענדיג פון די מעשה מיט די טלית

אבער וואס קושקע האט געטוהן צו מיר קען איך נישט באשרייבן, אזא גוטס, יעדער מוז עס ליינען...
ITS A MUST READ

יודלע » 6/10/2008 22:03

קושקע עס איז ערב יום כיפור נישט ערב פורים, איך האב שוין לאנג נישט אזוי געלאכט ווי היינט ליינענדיג די גרויסע "עבודה" פין הגז"ל, רבותי עס איז אזוי גוט איך קאפיס דא אריין. עס לאסט זיך נישט גלייבן אז איין בשר ודם זאל קענען אזוי דינען דעם הייליגן באשעפער, ליינט אין האט הנאה. 

זיין עבודה

אז א איד לערענט 18 שעה א מעת לעת, און לייגט זיך נישט אין בעט במשך גאנץ שבת קודש, און מאכט זיך צומאל אין די הייליגע טעג אז ער לייגט זיך נישט אין בעט במשך וואכן ברציפות, און פאסט אלע תעניות צדיקים כמבואר בש"ע סימן ת"ח, און בכלל עסט ער כמעט גארנישט במשך די גאנצע וואך, און צו דעם איז ער נאך א בעל יסורים פון יונגווייז אן, בנוסף צו דעם אז לערענען 10 אדער 15 שעה ברציפות אן קיין שום הפסקה, אפילו נישט בלויז פאר א גלאז קאווע אדער טיי, איז ביי איהם א נארמאלע ערשיינונג. און צו דעם אלעם טיילט ער אויס שווערע מיליאנען פאר צדקה בו בזמן וואס פאר זיך זעלבסט לאזט ער נישט איבער אפילו א שווה פרוטה, ער מאכט חתונה יתומים און איז מפרנס אלמנות, צאלט אויס צרכי רפואה פאר פרעמדע מענטשן וואס האבן מיט איהם קיין שום שייכות נישט, שיקט גרויסע געלטער פאר זיינע גרעסטע שונאים בעבר ובהווה, ממש אזוי ווי די גדולי ישראל פון פריערדיגע דורות.

איז מקפיד על קלה כחמורה אויף יעדן מנהג ישראל, און איז מהדר יוצא צו זיין כמעט אלע שיטות הראשונים והאחרונים ביי יעדער מצוה דאורייתא ודרבנן, אויף א נפלא'דיגן שטייגער. איז שולט אויף כל התורה כולה בנגלה ובנסתר, תורה נביאים כתובים, משנה, תלמוד בבלי וירושלמי, ש"ס פוסקים, מדרש, ספרא ספרי, תוספתא ברייתות דר"י ור"י, ד' חלקי ש"ע ונושאי כליהם עד לאחרוני האחרונים ממש, ספרי מוסר וחסידות, זוהר הק', תורת האר"י הק' ותלמידיו הק', און וואס נישט?

דינט דעם רבוש"ע למעלה מדרך הטבע ממש, מיט א פלאם פייערדיגע התלהבות דקדושה וואס איז שלא מעלמא הדין, ווי יעדער וואס שטייט אין די זמנים אין זיין ד' אמות כאפט א שוידער און א ציטער פון גרויס פחד ה' והדר גאונו וואס דערקענט זיך אויף זיין הייליגע צורה בעתות ובזמנים מיוחדים ביי די הייליגע עבודת ה'.

און נאך און נאך און נאך עד אין שיעור וקצבה.

און דאס אלעס טוט ער בהצנע לכת ווייט ווייט פון די אויגן פון מענטשן, הצנע בתוך הצנע אזוי ווייט אז טאמער דוכט זיך איהם אז עמיצער האט איהם ענטדעקט... זאגט ער באלד א גלייך ווערטל וכדומה כדי מ'זאל איהם נישט חושד זיין אלס עבד ה' וואס איז דבוק כל ימי חייו בקוב"ה ושכינתיה, און האט נישט בעולמו גארנישט חוץ פון דעם רבוש"ע ותורתו הק'. בבחינת כבוד ה' הסתר דבר.

און צו דעם אלעם איז ער נאך א פועל ישועות אויך, ווי טויזענטער אידן זענען שוין געהאלפן געווארן מיט וואונדערליכע ישועות און רפואות אויף אומנאטורליכע אופנים, א בעל רוח הקודש בגלוי ממש, וואס זעהט זאכן מסוף העולם ועד סופו, תופס מחשבות פון מענטשן וואס קומען אריין צו איהם לעצה ותושיה, אזוי ווי מיר האבן געזעהן ביי די צדיקים פון פריערדיגע דורות מימות הבעש"ט הק' זי"ע ועד ימינו אנו.


abi_gezint » 6/10/2008 22:06

[בילד – נישט אפגעהיט]

צודערזאך » 6/10/2008 22:06

קושקע, J-NET לאזט נישט קוקן זיין עבודת הקודש. וואס מיינט עס?..

bp11219 » 6/10/2008 23:40

ביידע צוויי גרויסע צדיקים קדושי עליון, נאך מלידה פון מאמעס מוטער פארטוך.... ממש די גאלדענע קייט זאל זיך ווייטער ציען מעתה ועד גולם..

האקאבו » 7/10/2008 01:43

נאך  אזעלכע גרויסע מדריגות איז מיר ממש א פלא וויאזוי ער האט נישט געשפירט
דעם ערשטען טאג יום טוב אז ער טראגט יחזקאל גליק'ס טלית

איזראלי » 7/10/2008 14:26

זעהט אויס אז דאס א חלק פון א פורים שפיל דער וואס האט עס געשריבן איז א בא לברך ונמצא מקלל ומוציא קלונו פון הגז''ל ברבים .