היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » טאפ סיקרעט: רח"ד כ"ץ עפנט א כולל

טאפ סיקרעט: רח"ד כ"ץ עפנט א כולל

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2493500

קהל_יטב_לב » 3/10/2008 20:24

א גרויסע פראבלעם פלאגט די אויסגעשפילטע זאליס אין ב"פ, טא וואס קען מען געבן פאר הרב כץ צו טוהן מיטן טאג??? שאלות פרעגט מען אים שוין נישט פאר אפאר טעמים: די סאטמארע פרעגן אים שוין נישט ווייל ער איז שוין נישט דיין, און די זאליס פרעגן אים שוין נישט ווייל מ'טראסט אים שוין נישט ווייל זייט ער ליגט אין קאורט און אין קאנסטראקשען לערנט ער שוין נישט, און אין די שטאט איז ער סתם אויסגעשפיעלט.

און זייער בוטשער האט ער אויך ליידער נישט קיין סאך ארבעט.. (ווייל עס איז מור'דיג ביזי...) נו? וואס וועט זייו מיטן טאג? ער איז דאך נישט אזא דשיניעס ווי רז"ל וואס גיט זיך גאנץ גרינג אן עצה מיט דעם פראבלעם.

איז מען אויפגעקומען מיט א עצה, אבער ששששש... דערווייל דארף דאס נאך זיין א מליטערישער סיקרעט... אז ער גייט עפענען א כולל!! (זייט די כולל ערב אין וויענער זאל האט זיך זייער גוט אויסגעארבעט .. וויל ער פארברייטערן די מסגרת..)

דער ראה"כ קאנדידאט הייסט גראדע א חשובער אינגערמאן, ניישלאס דער ברעזנא'ר רב'ס זוהן, מיין שאלה איז נאר ווי אזוי מ'מעג נעמען איינעם וואס עסט דאך חלילה חמץ בפסח (ר"ל) {אריזאנא ווייץ} ... נו? אויף דעם וועט מען זיך שוין אן עצה געבן.. ס'וועט זיין התרו לצורך גדול..

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/10/2008 20:49:46

ארגינעלער » 3/10/2008 20:34

לאך דיך אויס

אז סוועט זיך אויספעלען וועט פארקאש פין פלעטבוש געבן א היתר אויף די אריזאנא ווייץ

מארגען » 3/10/2008 20:46

ווער איז פארקאש פון פלעטבוש?? רעד אידיש ביטע.

פאלאנד » 3/10/2008 22:14

ר' חיים דוד כ"ץ איז שוין גארנישט קיין אויסגעשפילטער דיין אין בארא פארק ער האט הינדערטער שאלות טעגליך סיי פון סאטמאר און סיי פון פרעמדע קרייזן, ער איז כהיום ביי די טעגליכע שאלות פון אינגעלייט פון די גרעסטע אין בארא פארק און וואס צו טון מיט די צייט האט ער גאר אסאך.

און אז די רעדסט פון ניישלאס זע איך אז קיין פשוטע פאקטן ווייסטו אויך נישט, ניישלאס איז פון די גרעסטע לוחמים קעגן די אריזאנע ווייץ.

דעקלעראציע » 4/10/2008 00:31

די איינציגסטע זאך ער האט נאר נישט קיין שטיבל ווי צי פסק'ענען
אין אויסער דעם האט ער מיליאנען שאלות א טאג ער האט א גאנצע שטאב מיט מענטשן וואס באפאסן זיך מיט זיינע שאלות

פאלאנד, חלמא טבא ראית

איזראלי » 4/10/2008 20:16

דאס וואס די זאלי'ס פרעגן נישט קיין שאלות ביי הר'ר ח''ד כ''ץ איז דאך פשוט ווייל זיי האבן נישט קיין שאלות ווייל ביי זיי איז אלעס מותר .