הגה"צ ר' משה טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ מסעמיהאלי זצ"ל חתן בזוו"ר אצל רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע איז נתמנה געווארן אלס מנהיג רוחני פון קהלתינו הק' אין ירושלים
רבינו שליט"א האט היינט גערעדט אויף א הוק אפ קיין ירושלים און אנגעוואונטשן מברכותיו הקדושים

דער דיין ר' משה שליט"א איז א באקאנטער גרויסער תלמיד חכם ולמדן, ובפרט אין די מקצועות פון חושן משפט. ער איז א מתמיד נפלא, ער זיצט שעות על גבי שעות אויף איין פלאץ ועוסק בתורה מיט א זעלטענע שקידה והתמדה.
רבינו שליט"א האט זיך נישט לאנג צוריק אויס געדריקט אז צווישען די אייניקלעך פונעם קדושת יו"ט, איז ר' משה דער גרעסטען למדן !
חוץ מזה איז ער א צדיק ועובד ה' מנעוריו, און זיין דאווענען איז מיט א גרויס התלהבות און א שטארקער ברען.
רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע פלעגט אים שטארק מקרב זיין אלץ קינד און אלץ בחור, זייענדיג א יתום און א קינד פון זיין איידעם, און א אייניקעל פון זיין טאטען דער הייליגער קדושת יו"ט, און טאקע ר' משה איז שטארק אדוק אין די ספרים פון רביה"ק, און איז א פלאם פייערדיעגער קנאי למען כבוד שמו ית'.
ס'איז א פראכט און א שטאלץ פאר גאנץ סאטמאר אז דער חשובער דיין שליט"א איז נתמנה געווארען דארך רבינו הגה"ק שליט"א צו פיגורירן אלץ איינער פון די סאטמארער רבנים.
[בילד – נישט אפגעהיט]