היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » אלפא פאון פארקויפט זייער קאמפני פאר קאנעקטעל

אלפא פאון פארקויפט זייער קאמפני פאר קאנעקטעל

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2493019

פראקטיש » 2/10/2008 21:44

די גרויסע אלפא פאון טעלעפאון קאמפעני האט צוליב טעכנישע סיבות געמוזט פארקויפן זייער קאמפעני מיט אלע קאסטעמערס פאר א קאמפעני מיט'ן נאמען קאנעקטעל, ביידע קאמפניס האבן א גוטע רעפיוטעישאן און די בעסטע פרייזן אויף די מארקעט,

ס'קומט אויך א ספעציעלע קרעדיט פאר אלפא פאון אז זיי האבן געלייגט גרויסע כוחות אז די קאסטעמערס זאלען נישט שפירן אפילו קיין קליינע "באמפ"מיט די טראנזאקציע, און ווי געשמירט גייען די ליינס ווערן געטרענספערט צו קאנעקטעל, אזוי אז יעדער וועט בלייבן געהעריג מיט טעלעפאן סערוויס פונקט ווי פריער, און קענען ווייטער געניסן פון גוטע פרייזן אויך ווייטער

(נישט ווי איין געוויסע אידישע קאמפעני וואס איז עטליכע יאר צוריק געגאנגען געבראכן פון איין טאג אויפ'ן צווייטן און איבערגעלאזט טויזנטער היימישע קאמפעניס און פריוואטע מענטשן אויפן וואסער אן קיין טעלעפאן סערוויס).

bigevent » 2/10/2008 22:21

אזוי ווי ס'דרייט זך ארום אן די גאס פאלטשע שמועות נישט געשטויגען און נישט געפלויגען, וויל איך דא קלאר מאכען אפאר פאקטען:

אלפא איז נישט געגאנגען באנקראט און זענען נישט שולדיג געלט פאר קיינעם!
זיי קלאגן גאר ווערייזאן פאר שווערע מיליאנען אין פעדערעל קאורט, און לויט ווי מ'געט איבער שטייען זיי גאנץ גוט אינדעם פארמעסט, דערווייל שפרינגט ווערייזאן אז אלפא האט געהאט די חוצפה זיי אנצוקלאגען, און ווערייזאן סטראשעט צי פארמאכן די אלפא ליינס, בכדי דער סערוויס זאל ח"ו נישט אפעקטירט ווערן האבן זיי געשלאסן א דיעל מיט קאנעקטטעל אריבערצולייגן די ליינס אהין. אזוי וועלן די קאסטומערס האבען ווייטער גוטע סערוויס מיט די זעלבע פרייזן ווי ביז יעצט! 
 
 דערווייל זענען דא קאנקורענטן וואס זוכן צו כאפן א דאלער ווי מ'קען, און האלטן זיך נישט צוריק אפילו פון אומ-אויסגעהאלטענע און ביליגע טאקטיקן צו אוועקכאפן די קאסטומערס, טראץ ואס זיי קענען נישט געבן די זעלבע פרייזן ווי אלפא האט געגעבן, און וואס די אבערנעמענדיגע קאנעקטטעל גייט ווייטער געבן.