אין א שאקינג דעוועלאפמענט האט קאנגרעס ריזשעקטעט די בעילאוט פלאן 228-205
די סטאק מארקעט טראסקעט 700 פוינטס
קיינער ווייסט נישט וואו מגייט ווייטער
ווער איז שולדיג אינעם דורכפאל? זיי זאגן אז פעלאוסי'ס רעדע בעפאר די אפשטימונג האט געפערליך אויפגערעגט די רעפובליקאנער קאנגרעסלייט.
אוטש!
די דאו האט שוין געפאלן פאר'ן טאג מיט 5.25 פראצענט (585 פוינטס), די נעסדעק און עס. ענד פי. מיט קרוב צי 7 פראצענט.
מי יעשר ומי יעני.
לויטן חשבון קומט אויס אז די נעקסטע וואוט וועט זיין פונקט אינעם יום הדין! אפילו די גויישע צייטונגען ווייזן אן אויף דעם. מיר דארפן אלע מתפלל זיין אז דער רבש"ע זאל פירן דעם לב מלכים ושרים לויט ווי סוועט זיין די בעסטע פאר יודישע קינדער!
וועגן רעפאבליקענס דעמאקראטן, פרענק זאגט גוט, ווייל די דעמאקראטן זענען אויפגערעגט אויף פעלאוסי גייען זיי באשטראפן די קאנטרי?!
ווי אזוי האבן געוואט די קאנגרעסלייט פין וויליאמסבורג,בארא פארק,קרית יואל .מאנסי
ווער ס'ווייסט זאל ביטע פאסטן
זשאן האלל האט געוואוט פאר יא, יאסקי קוקט אויס איז נישט דארט געווען, די אנדערע ווייס איך נישט ווער סאיז
יאסקי איז נישט קיין קאנגערסמאן ער איז אין סיטי קאנסול
די מארקעט האט געטראסקעט 777 פאינטעס
גערעכט, מיין מיסטעיק.
טאונס האט געוואוט פאר יא, אויך נאדלער און ענגעל
מבני, ביסט נישט גערעכט, די דעמאקראטן האבן די מעזשאריטי און קענען עס אליינס אפראווען, אויב פעלאוסי האט פראבלעמס מיט אירע אייגענע דעמאקראטן און וויל האבן רעפאבליקענס זאלן עס קאווערן פאר איר, זאל זי נישט נוצן די קאנגרעס פלעטפארם פאר א קאמפיין סטעיזש